צצת, עמפמ1נז} עפ1םתמ1נצ 8 1611 6אעמ2ת21ע9פ אעצע1פ

3 +.ס אנ

אט / ם, |4,

װז4161606/ 0ז16סתס

6,)ס ‏ 111006 1085 0/6סט 4111 0וס1696/0011ט +1וסווםוװזזסת וזסם 108014 /וט יז 101671 14

1װזו01טז30 /06ז18

2

א נאת:) 8008 בפוסםס1צ 41 8,110 ,וו

9 211ע9 ,81,455 , 1451 11 1 4,

אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 , 1דפ עט דע

60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413

)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ

עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ

;צם פעפונצסעע ,לע

4 1 01960ט) 1006 1

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161

1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101

{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8

1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 024204ס 16256קן

: = . ואל

69

25 6 זא

א א" =

,75 = 7

בי

םת 48ייה,זפזנסס 08848 -

זתמ11ע 41 אע 501101

010 1

פּאַרטרעט פון שלום-עליכם. געצייכנט פון מ, קאַנטאָר

/אזדאקס6ה2 1,4 אם ס5מהקואן מאזדאק26ג/ אן מקמזאזהת

ייעש0ס1'* 1401101181 2 ,418:5/ 5סאוטטט

16 8 118:08 סטף 46065:0 61 660 0068

ס} צָק +תמואעטסס 2טוסזומ8 32 }0 12844066 / | }עס צ שסוז1

אַלע װערק - פון

שלום עליכם 0 נאַנד 1

יוגנט-ראָמאַנען : טײַבעלע / קינדער-שפיל ייִדישע ראָמאַנען: | | סענרער בלאנס. און זײַן גטזינױל - סטעמפּעניו

פון פ אַר לאַג

מיטן אַרױסגעבן שלום-עליכמם , אַלע ווערק" פאַרמעסט זיך דער ארגענטינער איקוף ניט נאָר אף זײַן גרעסטער פאַרלאַג - אונטערנעמונג, נאָר אויך צו געבן א תיקון שלום עליכמם גאַנצן שאַפן, א מייל פון וועלכן איז נאָך ביז איצט קיינמאָל ניט דערשינען אין בוך-פאָרעם.

וי אומװואַרשײַנלעך דאָס זאָל ניט אויסזען, זײַנען נאָך פאַראַן ניט-פארעפנטלעכטע ווערק פון אונדזער קלאסיקער װאָס דער ברייטער עולם קען זיי ניט און װאָם געפינען זיך אין שלום עליכמס אַרכיוו. לויט א ספּעציעלן אָפּמאך מיט די יורשים האָט דער איקוף באַקומען דאָס רעכט איינצו- שליסן די דאָזיקע ווערק אין דער גרויסער שלום-עליכם- אױפגאַבע װאָס אונדזער פֿאַרלאָג גיט אַרױם. די ווערק װאָם מיר דרוקן איבער נעמען מיר אַרױס פון דער פּאָלקס-פאַנד- אויסנאַבע , אַלע ווערק פון שלום-עליכמען" (1998-1917) און פון דער ראַטנפֿאַרבאַנדישער אויסנאבע , שאָלעם אלייכעמם אלע ווערק" (1948). - |

די אױסגאַבע איז אויסגערעכנט אַף 50 ביכער געבונדן אין 15 בענד. ס'וועט אויך צוקומען א באַנד מיט גרינטלעכע קולטור-היסטאָרישע און ליטעראריש-קריטישע אָפּהאַנדלוג- גען וועגן גרויסן קלאַסיקער.

מיטן אַרױסנעבן די פולע אױסגאבע פון שלום:עליכמם ווערק טראָגט צו דער ארנענטינער איקוף דער ייִדישער קולטור-וועלט 15 קלאסישע גרונט-ביכער, װאָם זײַנען איצט אין ערגעץ ניט בנמצא,

מיט פרייד גיכן מיר איבער שלום עליכמם , אַלע, ווערק" דעם בריימן ייִדישן לייענער-עולם און מיר זײַנען זיכער אַז - מיר האָבן אױסנעפילט אַ גרויסן כיבליאָגראַפּישן בלויז אין ייָדישן בוך-וועזן.

|חסעג- א

= 2 - = ' = , -' י; : 4 : : ביג

געשריבןן אין יאָר 1884 |

יי יי ן

ט יי ב ע לע

עס איזט איינע אַלטע געשיכטע,

דאָך בלייבט זי איממער ני;

אונד װעם וי יוסט פּאַסיערטע,

דעם בריכט דאָס הערץ ענטצויי.. (היינריך היינע).

אין אַ קליין ליכטיק צימער, באַ אַ קליין אָפן פענצטער, איז געזעסן טײַבעלע, א יונג מייד? פון אַ יאָר אַכצן. מיט אַן אַרבעט אי די הענט, איר שיין ליכטיק פּנים האָט באַװיזן, אַז זי איז צופרידן; אירע טות- קעלע, נלענצנדיקע אוינן האָבן גענרענט וי פײַער, אירע שװאַרצע גע- קרײַזלטע קורץ-אונטערגעשאָרענע האָר האָבן פאַרשטעלט פון ביידע זײַטן אירע. פאַרפלאַמטע באַקן, און אָף איר קליין מײַלעכ? האָט געשפּילט אַ צופרידענער שמייכ?; מיט אירע קליינע װוײַסע הענטלעך האָט זי אַװעקגעלײגט די אַרבעט אָן אַ זײַט, האָט א װאָרף געטאָן מיט דעם קאָפּ, פאַרשאַרט די האָר, צונויפגעלייגט ביידע הענט אֵף דעם האַרצן, און האָט געװאָרפן אירע שיינע שוואַרצע אויגן אַף דעם יונגן מאַן, װאָס איז געזעסן אַקעגן איר און האָט געלעון אַ בריוו. דאָס איז געװעזן אַ הויכער שיינער מאַן פון א יאָר צװאַנציק, מיט אַ װײַס סקײַלעכדיק געזיכט, מיט בלויע אויגן און בלאָנדע האָר. געקליידט איז ער געווען זייער עלעגאַנט, אײיראָפּעיש, וי אונדזערע האַלב-אַריסטאַקראַטישע גבי" רישע קינדער; אַ שווערע מאַסיווע גאָלדענע קייט מיט זייער אַ טײַערן שטיין אײַנגעזעצט אין דעם רינג, װאָס ער האָט געטראָגן, און דערצו זײַן ריין װײַם געזיכט מיט זײַנע אויסגעגלעטע ווייסע הענט האָבן גע" וויון, אַז ער איז געװואַקסן באַ רײַכע עלטערן און האָט נאָך ניט געװוּסט

- | | 12 |‏ שלום עליבם |

װאָס הייסט אַרבעטן אין דער וועלט און פון װאַנען רײַבקײט נעמט זיך. | דאָס איז געוויס אַ ייִדישער פּינאַנץ-פּרינץ --- איינער פון די, װאָס גלויבן . ניט דעם, װאָס באַקלאָגט זיך אַף דער שלעכטער צײַט, און מיינט, אַז ע ר ד אַ ד ף אַזױ לעבן, און דער אַנדערער --- דער אַנדערער זאָל זיך לעבן, וי ער פאַרשטייט... נאָר מיר וװועלן זיך נאָך באַקענען גאַנץ נאָענט מיט, אונדזער העלד, |

--- מאָריץ ! װאָס קלערט איר צו ענטפערן דער מוטער אף דעם בריוו ? -- האָט אים דאָס מייד? פּלוצים אַ פרעג געטאָן. מאָריץ איז רוט - געװאָרן און האָט איר ניט באַלד געקאַנט ענטפערן; ער איז אױיפגעשטאַנען פון דעם בענק? און איז זיך אַ פּאָר מאָל דורכגענאַנגען הין און צוריק; דערנאָך האָט ער זיך געזעצט נעבן דעם מיידל און האָט גענומען איר האַנט, - אין זײַנע הענט און האָט לאַנג געקוקט איר אין די אויגן. ער האָט געזאָגט צו איר : | --- װאָס פרעגט איר מיך עפֿעס הײַנט, װאָס איך קלער איר צו ענט- פערן אף איר בריוו? דאָס זעלבע װאָס אַף אַלע אירע בריון...

דאָס מיידל האָט אַביסל נאָכגעטראַכט און האָט שטי? אַרױסגעצױגן איר האַנט פון זײַנע הענט און האָט אַראָפּגעלאָזט די אוױיגן, מאָריץ האָט זיך אײַנגעבױגן און האָט איר געװאָלט אַ קוק טאָן אין פּנים; זי האָט אים מיט ביידע הענט אַרומגעכאַפּט דעם האַלדז און האָט אים לאַנג גע- קושט אין קאָפּ און אין די אויגן, |

--- טײַערער, טײַערער מאָריץ, דו ביזט מײַן פריינט! טייערער מאָ- ריץ ! זײַ מיר מוח?, איך בין א שלעכטע ; באַשטרָאָהּ מיך, איך בין דין ניט װוערט : איך קלער אַף דיר שלעכטס... אַז דו גייסט אַװעק און איך זע דיך ניט, ווערסטו באַ מיר אֶן דעם נאַנצן גלאַנץ ; דו װײַזט מיר אויס קליין, אָרעם, נידעריק, פאַלש, נאָך ערגער פון פאַלש --- שװואַך, שוואַך ! ! מאָריץ ! איך האָב פּײַנט אַ שװאַכן מענטשן אָן אַ כאַראַקטער, --- ערגער, הונדערט מאָל ערגער פֿון אַ פאַלשן, פון אַ מערדער; דער מערדער אי אַ שלעכטער מענטש, נאָר אַ מענטש; אָבער דער ,בעזכאַראַקטערנע" אי גאָר קיין מענטש ניט באַ מיר -- אַ פליג, אַ װאָרעם...

באַ די ווערטער האָט טײַבעלע אַרוֹיסגעלאָזט מאָריצן פון אירע אָרעמס און איז װוידער געבליבן זיצן שטיל און האָט נאָר געקוקט אַף אים. מאָריץ איז געווען פאַרװוונדערט איבער איר הײַנטיקער אויפפירונג; ער

ה פצנעל - יי א א א אי 19

| האָט געזען, אַז זי איז הײַנט צערודערט : אָט ווערט זי געבעדיק און מונ- טער, און אָט ווערט זי פאַרטראַבט און עפּעס אַזױ אומעטיק, אַז דאָס האַרץ קאָן צעריסן ווערן קוקנדיק אַם איר בלאַס געזיט; עס איז עפַּעס יניט כדרך הטבע. | -- טײַבעלע !- מיין טײַערע ! דו ביזט חײַנט ניט מיט אַלעמען. זאָג | דעם. אמת, װאָס איז מיט דיר ? װאָס קלערסטו איצט ? װאָס זיינען דײַ- | נע שיינע אויגן אַזױ פאַרטראַכט ? װאָס באַדייט דער װאָלקן, װאָס ווערט פּלוצים איבערגעצויגן אַף דײַן שיין געזיכט. איך קען דיך גיט פון געכטן, דאַכט זיך, --- זאָג, װאָס איז מיט דיר ? דו צווייפלסט אין מיר?. אין דיין מאָריצן ? דו ווייסט, וי אַזױ איך האָב דיך ליב, איך דאַרה דאָס - דיר ניט דערציילן..,

--- איר דאַרפֿט דאָס מיר ניט דערציילן --- האָט טײַבעלע איבערגעוזאָגט זײַנע ווערטער פאַרטראַכט וי פריער,

-- װאָס זשע דען4 װאָס. זשע דען זאָל איך קלערן } מיר װעלן דאָך באַלד -- דו ווייסט 4 --- מיר ועלן דאָך באַלד גקיקלעך זײַן; מײַן | מוטער װועט נאָר פון קאַר?לסבאַד קומען, זאָג איך איר. באַלד מײַנע פּלע- -נֶער; זי װעט זיך דאָס דעדפרייען; זי װועט דיך אַרומנעמען װי אַ קינרי. --- אַך, מאָריץ, מאָריץ ! איר זענט יאָ אַ קינד, און דערצו נאָך אַ פאַרצערטלט קינד ! איר רעדט זיך אַליין אײַן גאָט װייסט װאָס פאַר . נאַרישקײיטן, און ווילט נישט קוקן אַף דער אַנדערער זײַט פון דער מטבע... איר האָט דאָך ערשט אַליין געלייענט איר בריו! איר פאַרשטייט דען ! ניט, צוליב װאָס זי דולט אײַך אַ קאָפּ מיט דער פאַמיליע נאָטקין און מִיט די זעלטענע מעלות פון דער מאַמוע? נאָטקין, וועלכע האָט זיך, י נאָך די ווערטער פון אײַער מוטער, כמעט פאַרליבט אין אמער פּאָר-

טרעט 4.. | |

-- נו, ווער הערט זי -- האָט מאָריץ געענטפערט, אַרומגײעג- | דיק איבער דעם צימער. --- איך לעב ניט מער מיט רער מאַמעס שבל, | איך בין ניט דער !מאַמעס קינך",.. זי װעט ניט װעלן? װאָס הייסט ? פאַר װאָס זאָל זי ניט װעלן 4 װײַל מײַן בלה האָט קיין געלט ניט ? | נאַרישקייטן ! איך האָב אַלײין געלט און דאַרף גאָר ניט קיין געלט ! יחוס ? װאָס טויג מיר יחום ? זי װעט מורא האָבן פאַר יידישע מײַלער : מע װועט זאָגן, אַז מאָריץ, גאָלדע זילבערמאַנס בךיחיד, האָט חתונה

14 ש 5 ום עי כם -

געהאַט פאַר אַן אָרעם מיידל, װאָס קיינער ווייסט זי ניט? ער הערט זיי 4 װאָס בין איך -- אַ קינד? איך בין אַ מאַנספּאַרשױן! איך קאָן באַשטײן פאַר זיך! איך בין פרײַ: קיינער סמעיעט ניט מיר צו שטערן מײַן גליק, אפילו מײַן מוטער! איך גיי באַלד אַהיים און שרײַב איר אַ בריוו... און שיק איר הײַנט א דעפּעשע,.. איך גיי שוין, די רגע...

װאָס װײַטער מאָריץ האָט גערעדט, איז ער אַלץ מער פאַרפלאַמט געװאָרן. מען האָט געזען, אַז ער רעדט דאָס ערנסט, מיט געפיל, מיט דעם גאַנצן האַרצן, מיט דעם רעכטן אמת... טײַבעלע אָבער איז לאַנגזאַם צו" געגאַנגען צו אים און האָט אים אָנגערירט באַ דער האַנט.

--- מאָריץ, גענוג ! אײַלט דאָך ניט אַזױ; מע דאַרף ניט טעלעגראַ- פירן קײַן קאַרלסבאַד; אײַער מוטער דאַרף ניך קומען אַהײם; מיר װעלן נאָך. האָבן צײַט איר צו זאָגן...

מאָריץי איז אַביס? געשטילט געװאָרן און האָט געזאָגט :

-- נו, װועל איך איר כאָטש אַ בריוו שרײַבן, אַז איך בין אַזױ גליק" לעך... |

מאָריץ! מע דאַרף דאָס אויך ניט ! זי װעט ניט פאַרשטיין אײַער גליק; זי קאָן דאָס ניט פאַרשטיין. . . אָבער אַז זי װעט קומען און איר וועט מיט איר פּערזענלעך ריידן, וועט דאָס אַנדערש זײַן.. . איצט גייט אַהים ;: עס איז שוין זייגער צוויי. קומט ניט הײַנט, קומט מאָרגן פרי; איך בין הײַנט פאַרנומען אַ גאַנצן טאָג -- אַדיע !

מאָריץ האָט אַף זיך אַרױפגעװאָרפן דעם אױבערראָק, ער האָט אִפּ- געזוכט דעם הוט מיט דעם שטעקן און האָט געקליבן אַװעקצוגײין; ער איז צוגעגאַנגען צו טײַבעלען און האָט איר געגעבן די האַנט,

--- דו גלויבסט מיר ? טײַערע |..

--- מאָריץ! --- האָט זי אים געענטפערט, און אירע אויגן האָבן זיך ווידער אָנגעצונדן. --- מאָריץ! איך גלויב דיר! טײַערער, טײַערער מאָריץ ! זײַ מיר מוח? מײַנע נאַרישע געדאַנקען,.. איך גלויב דיר, מאָ- ריץ, דו ביזט מײַן לעבן...

מאָריץ איז שוין געשטאַנען באַ דער טיר ; טײַבעלע האָט אים צו- ריק צוגערופן און האָט אים געזאָגט :;

--- מאָריץ! איך בין אינגאַנצן דײַנע... דו ביזט באַ מיר אַלץ... אָן דיר בין איך גאָרנישט, מאָריץ! אַז דו גייסט נאָר אַרױס פון דער טיר,

:

יט ײַ בע לע ר 18

װוײַזט זיך מיר אויס, אַז איך על דיך שוין מער ניט זען , . . װאָס װועל איך טאָן ? --- זײַ מיר מוח?, טײַערער פרײַנט מײַנער! דײַן טייבעלע איז א נאַריש קינד, א קאפּריונע מיידל, כאיכאיכא!

מאָריץ איז אַװעקגעגאַנגען פארטיפט אין געדאַנקען: ער האָט גאָר ניט געקאַנט פאַרשטיין אירע ווערטער, איר געלעכטער... ער װאָלט זיך אָבער נאָך מער פאַרװוּנדערט, ווען ער זאָל זיך געווען אומקערן צוריק ; ער װאָלט געטראָפן טײַבעלען אין בעט, באַגאָסן מיט הייסע ביטערע טרערן...

11

מאָריץ זילבערמאַן װאָט אַמאָל, מיט אַ יאָר צען פריער, געהייסן . ?מאיר", און זײַן מוטער, נאָלדע רב מאירס, רופט אים נאָך הײַנט אויף ,מאיר?". נאָר זינט די ציװויליזאַציע האָט אָנגעחויבן אַרײַנקוקן צו אוג" / דזערע ברידער אויך, האָנן מיר זיך דערשראָקן פאר איר, און האָבן באלד זיך געכאַפּט צו די קליידער סמיט די נעמען; די אַטלעסענע זשופעצע מיט דעם קײַלענדיקן שטרײַמל איז פאַרביטן געװאָרן אַף א קורצן פראַק מיט אַ צילינדערהוט, און דער נעכטיקער מאיר בערלס, זרח נפתלים און קלמן רב וועלוולס זײַנען פּלוצים געװאָרן מאָריץ באַָריסאָװיטש, זא" כאַר פּאַנטעלעמאָנאָװויטש און קלימענטי ולאדימיראָוויטש.,. מאירל, וועלכן מיר מוזן אָנרופן װי ע ר ויל -- ,מאָריץ", אין געװאַקסן א יתום בא זײַן רײַכנער מוטער, גאָלדע זילבערמאַן, אָדער גאָלדע רב מאירם, -- איר פאָטער רב מאיר איז געווען זייער אַן קאדם חשוב"; אין די יונגע יאָון איז ער געוען אַ פּשוטער אַרענדאר, נאָר דער פּריץ האָט אים זייער ליב געהאט, און האָט אים נעמאַכט פֿאַר דעם ערשטן מאַקי טאר אין הויף. רב מאיר האָט באַקומען עטלעכע קערבלעך, און אַז דער פּריץ איז ,מת? געװאָרן און האָט קיין קינדער ניט איבערגעלאָוט, אין ער געװאָרן באַ דער פריצה א .בן-בית", און האָט מיט איר אַװי לאַנג געהאַנדלט, ביז רב מאיר איז געװאָרן דער פּריץ, און די פּריצה האָט גענומען באַ אים פּענסיע. רב מאיר איז געװאָרן גרויט, האָט באַקומען א נאַמען, האָט אָנגעהויבן פאָרן צום רבין... אַף דער עלטער איז רב מאיף אַרױסגעפאָרן קיין נ., האָט אָנגעהויבן פּראַווען שלש-סעודותן, און ,חברה" האָבן אים גנעמאַכט דעם נאָמען אַזױ גרויס, בין ער האָט זיך משדך גע-

16 | | ש 5 ום ע 5 כ ם

ווען מיט דעם רבינס אַ שוועסטער און האָט געקויפט פאַר הונדערט טויזנט רוב? אַן איידעם אַ צאַצקע פאַר זײַן בת-יחידה, גאָלדעניו, און איז באַרוט געשטאָרבן. דער איידעם, די צאַצקע, רב מאָטעלע, איז טאַקע געווען אַ גילדערנער יונגערמאַן, אַ תכשיט, און האָט ניט געװוּסט קיין צורת מטבע. ער איז אָבער געווען אַ קראַנקער, האָט ער זיך אָפּגעמר טשעט עטלעכע יאָר און איז געשטאָרבן און איבערגעלאָזט גאָלדען אַ יונגע אלמנה פון דרײַ און צװאַנציק יאָר מיט אַ קליין קינד פון צוויי יאָר,. גאָלדע האָט שוין דאָס צווייטע מאָל ניט געװאָלט חתונה האָבן (דאָס איז באַ אונדז אַפילו זעלטן), כדי איר מאיר? זאָל ניט דאַרפן אָנ" קומען צו אַ שטיפּפאָטער, זי האָט איר גאַנץ לעבן אַוועקגעשענקט מאירלען, וועלכער איז, אויפגעצויגן געװאָרן אף זײַד מיט אַלערלײ פאַרגעניגנס, ביז צען יאֶר האָט מען אים. געהאַלטן מלמדים, און מאיר? האָט זייער גוט געלערנט, גאָלדע האָט אָבער געװאָלט, ער זאָל קענען אַלץ אף דער וועלט, קיין געלט האָט זי ניט געקאַרגט. זי האָט געזען וי אַנדערע גבי" רים לאָזן לערנען זייערע קינדער, האָט זי אים אויך צוגענומען אַ פראַנ- צויז אין שטוב אַרײַן, מיט אַ לערער אף רוסיש און דײַטש; מע האָט אים געלערנט פּיאַנאָ שפּילן, טאַנצן, רײַטן אַפ אַ פערד און ,עטיקעטע? (דרך- ארץ) -- וי אַזױ צו גיין, צו רעדן און זיך צו באַנעמען צווישן מענטשן. גאָלדע האָט אָבער געװאָלט, ער זאָל דערצו זײַן אַן ערלעכער ייָד אויך. צו דער .בר מצוה" האָט מאיר? געזאָגט פאַר אַן עוֹלם זייער אַ פײַנע דרשה, וועלכע האָט געקאָסט גענוג געלט און אף וועלכער ער האָט געבעך גענוג געהאָרעװעט, כאָטש ער האָט זי אַלײן װינציקיװאָס פאַרשטאַנען, און אַז ער איז געקומען סאַמע צום רעכטן שפּיץ, װוּ מע דאַרף אויסבויגן דעם גראָבן פינגער,. האָט אים ליפּאיקנאָבעל (אַזױ האָט געהייסן דער גמרא-מלמד) שיעור אײַנגעשפונגען, און רב געצל דער דײַן איז געזעסן אס אַזאַ שטייגער, וי קאָפּערניק אין דער מינוט, ווען ער איז געפאַלן אַף דער המצאה, אַז די ערד דרייט זיך. און גאָלדע ? גאָלדע האָט געוויינט מיט זיסע גליקלעכע טרערן און האָט נאָכדעם דרײַ טעג כסדר אַלע רגע געשיקט נאָך ליפשע די גראָבע, זי זאָל אָפּשפּרעכן מאירלען אַ גוט אויג... אַזױ איז ער געװאַקסן דאָס, װאָס באַ אונדז האַלט מען פאַר אַן אידעאַל -- ;אַביס? אַהין, אַביס? אַהער", פון יעדער זאַך דאָס אויבערש- טע, נאָר אין אמת אַרײַן -- אָן תורה, אָן חכמה, אָן װיסנשאַפט, נים

טײַ בע לע 17

אויסגעסוויסטשעט, ניט אויסגעבילדעט דעם שכ?.. אַלץ איו באַרעכנט צו גלאַנצן פון אויבן, כדי מע זאָל קאָנען טאָן אַ שיינעם שידוך. דער שדכן שרײַבט אַה דעם חתן, אַו ער איוז א ,מושלם,, א פנאַנצער מענטש", ,,צו גאָט און צו לייט", מע גיט אים א סך נדן מיט אַ כלה, און אַזױ גייט פאַרבײַ זײַן יוגנט, און אַז ער װערט עלטער און גייט אַרױס אֵף דער וועלט, זעט מען ערשט דעמאָלט אַרױס, וי די דערציונג האָט אַף אים געווירקט... מאיר? האָט געהאט אזאַ דערצוונג ביז זיבעצן יאָר, ביז די געלעגנהײַט האָט אים צװאַמענגעבראַבט מיט פעלדמאַנען מיט וועלכן מיר וװועלן אונדזער לעזער באַלד באַקאַנט מאַכן.

111

מיכאַיֵל פעלדמאַן איז געווען איינער פון די, װאָס האָבן זיך גע" שלאָגן פאַר דער ,השכלח? און זיינען מיט גװאַלד געװאָרן ,משכילים", זיי זיינען געוועון א גאַנצע קאַמפּאַניע יונגע לײַט, װאָס זײַנען געזעסן אַף קעסט און האָבן געשטודירט אין קלוין, אַלע אֶף איין פאַקולטעט: געריסן די גמרא, געבאַקן קאַרטאַפלעם, געננבעט ליכט פון די יאָרצײַטן געשמיסן דעם שמש און געטאָן נאָך אַזעלכע װויכטיקע זאַכן.. דאָס אין

געוועזן אין דער צײַט, װאָס ייִדן האָבן נאָך פון קיין גימנאויעס ניט געהערט --- ווער שמועסט אין די קליינע שטעטלעך, װוּ מען האָט מאַפּום מיט שולמאַנס ביכלעך געברענט, און ווער עס האָט בגנבה געלייענט דעם ,חמגיד", ;חמליץ", ,,קול מבשר", דער האָט געהייסן ,אפּיסורס".. פעלדמאַן האָט ערנעץ געקראָגן דעם ,תעודה מיט דעם ,ורובבל" און האָט געלייענט פאַר די חברים, בין רב פײַביש דער לאַנגער, װאָס פלעגט אויך לערנען אין קלויז, האָט זיי געמסרט צו דעם גביר פון דער שטאָט, רב נחמן פליאַסק, און עס איז געװאָרן א ווילדער כעס אין שטאט. רב נחמן איז געווען זייער אַ פרומער ייִד; ער האָט געלעבט פון פּראַצענט און פלעגט עסן אָרעמע לײַט מיט די ביינער, און אָפּשרײַבן אַן ארעמאן די בעבעכעס פאַר צען רוב? פּראָצענט איז באַ אים קיין נאַװוינע ניט גע" ווען, נאָר קיין עולות האָט ער ניט געקאַנט לײַדן -- ער האָט די אַלע ביכלעך געהייסן פאַרברענען, און דעם ,אפס דמים" האָט ער פריער אַליין צעריסן אף פּיצ-פּיצלעך און דערנאָך ערשט פאַרברענט. די יונגע לײַט האָט ער צעטריבן פון דער קלוין; טייניקע סון זיי האָט מען אִפ-

18 ש 9 ום ע יכ ם

געשיקט צום רבין אַ; תיקון, און פעלדמאַנען, דעם רעכטן סם, האָט מען גענויט, ער זאָל גטן דאָס װוײַב און פאָרן ,ווו דער שוואַרצער פעפער װאַקסט?... פעלדמאַן איז אַװעקגעפאָרן קײַן זשיטאָמיר אין דער ראַבינער- שול; ער האָט דאָרט געענדיקט און איז אַװעק קיין פּעטערבורג אין דער אוניווערזיטעט. נאָר די לעבנסמיט? מיט דעם פּעטערבורגער קלימאַט האָבן אים ניט דערלויבט צו לערנען װײַטער, איז ער געקומען קיין נ., וו עס קומט-פאָר אונדזער געשיכטע. ער האָט דאָ געהאַט אייניקע פרײַנט, גאַנץ רײַכע לײַט, נאָר ער האָט אָבער באַ זיי ניט געװאָלט זײַן, און האָט געלעבט פון שטונדן. זײַן געזונט, וועלכער איז אָפּגעשװאַכט געװאָרן אין זשיטאָמיר פאַר די אַכט יאָר. װאָס ער האָט דאָרט געליטן הונגער און קעלט, האָט זיך אין נ. אָנגעהויבן צו פאַרבעסערן, נאָר קיין פּעטערבורג האָבן אים די דאָקטוירים נאָך ניט געהייסן פאָרן, ביז ער װעט נים איג" גאַנצן געזונט ווערן, און אַזױ זײַנען אַװעקגעגאַנגען דרײַ יאָר. אין דער צײַט האָט ער געהאַט אַ שטונדע באַ דעם גראַף װ., וועלכער פלעגט לײַען געלט בא גאָלדע זילבערמאַן, איינמאָל האָט דער גראַף זייער אִפּי געלױבט זײַן ייַדישן כערער פאַר גאָלדען, נאָלדע האָט געװאָלט, אַז איר מאיר? זאָל באַ אים אויך ?ערנען, האָט זי געשיקט נאָך אים די קאַרעטע, נאָר פעלדמאַן האָט געענטפערט, אַז ער קאָן קומען צודפוס. און אַז ער איז געקומען, האָט ער מאירלען נישט געטראָפן. גאָלדע האָט אים גע" בעטן זיצן.

--- ווים? װועט איר נעמען באַ מיר פאַר מײַן זון ?4 -- האָט אים גאָלדע געפרעגט.

--- איך ווי? פריער זען אײַער זון און אים קענען.

--- װאָס הייסט? איר קענט ניט מײַן מאירלען ?...

באַ די ווערטער איז מאיר? אַרײַנגעקומען, האָט אַ קוש געטאָן דער מוטער די האַנט, אַף פעלדמאַנען האָט ער װאָרף געטאָן אַן אױג און קוים אַ שאָק? געטאָן מיט דעם קאָפּ, פעלדמאַן איז געזעסן, װי אף הייסע קוילן. |

--- מאירל! איך וויל דיר דינגען אָט דעם נײַעם לערער, ער לערנט מיט אונדזער גראַפס קינדער.

מאיר? האָט אפילן קיין קוק ניט געטאָן אף אים און האָט נאָר א פרעג נעטאָן די מוטער, צי זי האָט זיך שוין מיט אים באַדונגען. פעלד-

טײַבע לע | | 19

יק

דען און האָט געזאָגט ;

--- איך האָב אײַיך פריער געזאָנט, אַז איך רעד ניט פון קיין געלט, ביז איך װעל זיך נישט באַקענען מיט דעם תלמיד פּערזענלעך. אײַער זון דאַרף נאָך ניט קיין לערער: עֶר איז נאָך צו יונג און דאַרף זיך נאָך אַביסל צולערנען, וי אַזױ זיך צו באַגיין מיט מענטשן. -- מיט די ווערטער איז ער אַװעק פון זילבערמאַנס הויז. גאָלדע האָט זיך געפונען שרעקלעך באַלײידיקט און האָט אים באַשיט מיט קללות, און מאיר? אין אַרײַנגענאנגען צו זיך אין קאַבינעט און האָט אָנגעהויבן באַקלערן פעלד- מאַנס װערטער: ער האָט צום ערשטן מאָל אף זײַן לעבן געהערט אַזאַ מיינונג אף זיך פון אַ פרעמדן מענטשן. דאָס ערשטע מאָל אַה זײַן לעבן האָט ער זיך געפרעגט, װאָס איז ער אַליין פאַר אַ מענטש און ער איז דער גראָבער לערער ? צוויי מאָל האָט ער זיך מיט אים באַגעגנט אין גאָרטן, און האָט קיין אויג ניט אַראָפּנעלאָזט פון פעלדמאַנען, וועלכער האָט אַף אים אַפילו קיין קוק ניט געטאָן. דאָס האָט אים נאָך ערגער גע- קרענקט, און ער האָט זיך אַנטשלאָכן איין מאָל פאַר אַלע מאָל באַקאַנט- שאַפט צו שליסן מיט אים און אין עטלעכע טעג אַרום איז ער צוגעפאָרן אין זייער אַ שיינער קאַרעטע מיט גרויס קוראַזש צו א קליין אָרעם שטיבל, און האָט געטראָפן פעלדמאַנען באַם טיש פאַרװאָרפן מיט ביכער און מיט פּאַפּירן, אַז מען האָט קוים אַרױיסנעזען זײַן הויכן שטערן, די גרויע אויגן מיט זײַן אויסגעטריקנט אױיסנעדאַרט געזיכט. אַז פעלדמאַן האָט דערזען דעם גאַסט, האָט זיך באַװויזן אַף זײַנע ליפּן אַזאַ זיסער ליבלע- כער שמייכ? ,אַז מאירל?ל האָט זיך פאַרוװוונדערט. ער האָט זיך אָפּנערעי קאָמאַנדירט. פעלדמאַן איז אַרױסגעגאַנגען פון דעם טיש און האָט אים מיט דעם זעלבן פרײַנטלעכן שמייב? געזאָגט :

-- אַך, זייער אַנגענעם! איך געדענק אײַער נאָמען, עס פרייט מיך זייער, װאָס איך האָב די ערע אײַך צו זען באַ זיך אין מײַן נאָרע; זיצט, איך בעט אײַך, זיצט באַ אונדז,.. טײַבעלע, קום נאָר אהער !..

באַ דער זײַט האָט זיך אויפגעעפנט אַ קליין װײַם טיר?, און אף דער שוועל? האָט זיך באַװיזן אַ קליין מיידל פון אַ יאָר פופצן און האָט אַ קוק געטאָן אף פעלדמאַנען, דערנאָך אף דעם נאַסט, און איז צוגעגאַנ- יגען צום טיש.

מאַן האָט זיך אױפגעכאַפּט פון דעם שטול און איז צוגעגאַנגען צו גאָל-

20 ש 5 ום על יכ ם

-- עס װעט באלד זײַן טיי ? -- האָט זי פעלדמאַן אַ פרעג געטאָן.

-- די רגע! -- האָט טײַבעלע אַ װאָרף געטאָן מיט אירע שיינע האָר און איז אַװעקגעלאָפן צוריק אין דעם אַנדערן צימער. פּעלדמאַן האָט זיך געזעצט נעבן דעם גאַסט און האָט אים געפרעגט: מיט װאָס קאָן ער אים דינען ? מאיר? האָט אים דערציילט אַלץ, װאָס באַ אים אפן האַרצן האָט זיך אָנגעקליבן, זינט ער האָט אים געזען באַ זיך. מאירל האָט זיך געפילט חיימיש מיט פעלדמאַנען, און האָט אים דערציילט, װאָס פאַר אַ שנאה ער האָט אה אים געטראָגן באַ זיך אין האַרצן ביז הײַנטיקן טאָנ. פעלדמאַן האָט זיך צעלאַכט און האָט אים געזאָגט :

--- איר זענט נאָך גאר וויכד, מײַן ליבער גאַסט. איך װאָלט גערן געזען די חיות, מיט וועלכע איר זענט דערצויגן געװאָרן ...

טײַבעלע האָט דערװײַ? אַרײַנגעטראָגן גלעזער מיט דעם סאַמאָװאַר און האָט פאַרקאָכט טיי, פעלדמאַן האָט אויסגעפרעגט באַ מאירלען, וי אַזױי ער ?עבט, װאָס ער לערנט, ווער עס זײַנען זײַנע לערער, און צי איז ער צופרידן. מאיר? האָט אים איבערגעגעבן װאָס ער האָט געװוּסט, און פעלדמאַן האָט אים אויסגעהערט מיט דעם זעלבן ליבלעכן שמייכעלע, ערטערװװײַז האָט ער אים איבערגעשלאָגן מיט זײַנע פראַגן, און טײַבעלע האָט דערװװײַל אָנגעגאָסן טיי. זי האָט זיך געועצט אַקעגן דעם גאַסט און האָט זיך אַףם אים לאַנג פאַרטראַכט. פעלדמאַן האָט אים אויסגעהערט ביזן סוף, און נאָך דער טיי האָט ער אים אַזױ געזאָגט:

--- אויב איר ווילט מיט מיר באַקאַנט זײַן, בעט איך אײַך מיר מוחל זײַן, װאָס איך רעד מיט אײַך אויפריכטיק; איר זענט געוווינט געװאָרן, אַז אײַערע לערערס, װאָס האָבן געלעבט פון אײַך, זאָלן אײַך חנפענען. זיי האָבן אײַך געזאָגט, אַז איר ווייסט שוין און קענט שוין אַלץ, כאָטש אין אמתן זײַט איר נאָך אַ קינד. אײַער מוטער וויל, איר זאָלט זײַן אַ ייִדישער ,מושלם", דאָס הייסט, אַ ייִדישער ענציקלאָפּעדיסט, מיט פיל רוסישע, דײַיטשע, פראַנצויזישע ווערטער, נאָר אָן װיסנשאַפט. גע- לייענט האָט איר נאָך גאָר ניט. אױיסגעװואַקסן זײַט איר אַף גרויס ראָס- קאָש, און אַף אײַערע דערציער האָט איר געקוקט וי אֵף ניאַנקעם, משרתים. די אַלֶע מענטשן, מיט וועלכע איר זײַט אוסגעװאַקסן, נעמען אַראָפּ פאַר אײַך דאָס היטל, און יעדער װוײַזט אף אײַך מיט די פינגער: ,אָט גייט דער יונגער מיליאָנער!? אִיר זענט אויפגעװאַקסן, װי אַ גע-

טײַבע לע | : 21

בלאָזענער פּרינץ, נאָך דעם פאַלשן אַריסטאָקראַטישן סיסטעם, און איר האָט געמיינט, אַן די אַלע מענטשן, װאָס איר זעט, דרייען זיך אַוום אַף דער וועלט נאָר צוליב אײַך...

מאָריצן אין פעלדמאַנס רעדע אפילו ניט געפעלקן, נאָר ער האָט זיך ניט ווילנדיק צוגעהערט צו זײַנע װוערטער, וועלכע האָבן ויך װי גע" נאָסן און זיינען נעווען אין אַזאַ טאָן, אַן ער האָט זיך גיט געקאַנט באַ- ליידיקן פון זיי, טעלדמאן האָט פֿײַנט געהאַט אין זײַן ריידן אַרײַנצומישן הויכע ווערטער. זײַן לשון איז געווען איינפאך, נאָר געגאַנגען גלײַך אין האַרצן, מיט אַ זעלטענער האַרמאַניע ;אַז פעלדמאן האָט נאָר אָנגע- הויבן צו ריידן, האָט זיך געגלוסט הערן און הערן אֵן אַ שיעור,.. אַז מאַריץ איז אַרױסגענאַנגען פון טעלדמאַנען, האָט ער געפילט אין האַרצן עפּעס אַ נייע אומבאקאנטע ליבטיקייט און װאָרעמקייט, און ער אי געקומען אַחיים אַזױ פריילעך, לעבעדיק, אַז גאָלדע האָט אים אַרומגעכאַפּט קושן . און זײַן לאַקײי האָט אָף אים פאַרווגנדערט געקוקט, װאָס ער גייט אַרום באַ זיך אין קאַבינעט און זינגט.., אַף מאָרגן איז ער ווידער אַװעקגעגאַנגען צו פעלדמאַנען, און פון דעמאָלט אָן האָט מען שוין געזען מאָריצן אַלֶע טאָג גיין פון דאָרט מיט אַ בוך ; אָפּטמאָל האָט מען אים צוזאַמען מיט מעלדמאַנען געזען שפּאַצירן אין גאָרטן. גאַכדע איז נים צופרידן געווען פון דעם, װאָס ער האָט זיך אַזױ פלײַסיק גענומען ,צו די ביכלעך", באַ וועלכע ער פלענט אויסזיצן גאנצע נעכט, און פון דעם, װאָס ער פלעגט גאַנצע טעג פֿאַרבוענגען מיט דעם אָרעמען לערער,. איינמאָל אין ער נעפאַלן גאָלדען אַף דעם האַלדן ;

--- מאַמעני ! איך װויל ברענגען פעלדמאַנען! אָט װעסטן אַליין זען, װאָס דאָס איז פאַר אַ מענטש..

עס פאַרשטייט זיך, אַז גאָלדע האָט אַף אים גאָרניםט אַהױסגעוען | ,קיין פייגעלעך", וי זי האָט נאָכדעם געזאָגט. דאָס האָט אָבֶער מאָריצן ניט געשטערט, ער זאָל זײַן בא פעלדמאַנען טאָג וי נאַכט, פעלדמאַן האָט אים ליב געקריגן פאַר זײַן פעיקייט און פאַר זײַן ווייכן גוטן כאַראַקטער, און האָט אים אַזױ צוגעבונדן צו זיך, אַז מאַריץ האָט אים אַלצרינג פאַר- טרויט, און האָט קיין זאַך ניט געטאָן און ניט געקלערט, ביז ער האָט פדיער אים ניט דערצייפט. איינמאָל איז פעלדמאַן שלאַף געװאָרן; מאַריץ האָט געשיקט זאָגן דער מוטער, אַז מען זאָל אף אים ניט װאַרטן, ער װועט

עי | שלום ע 5 כ ם

נעכטיקן באַ דעם לערער, און האָט זיך נעזעצט באַ דעם בעט, װוּ מיכאַיפ איז געלעגן, און האָט אים מיט גרויס געטרײַשאַפט צונעלייגט קאַלטע קאָמפּרעסן צום קאָפּ,

טײַבעלע איז אויך געזעסן און האָט זיך געביטן מיט מאָריצן. גאָלדע האָט זיך ניט געקאַנט אײַנהאַלטן און איז געקומען אַזײגער צוועלף באַנאַכט זען, װאָס טוט דאָ מאיר? אַזױ שפּעט. זי האָט געטראָפן מאָריצן מיט טײַ- בעלען זיצן באַם בעטל, אין וועלכן פעלדמאַן איז געלעגן אין גרויס היץ, זי איז אַרײַנגעקומען מיט אַ ליאָרעם, וי זי איז געוווינט געװאָרן, זיי ביי- דע האָבן איר געוויזן מיט דעם פינגער, אַז זי זאָל הויך ניט ריידן. זי איז צוגעגאַנגען צום בעט און האָט זיך אײַנגעבױיגן צום קראַנקן. דאָס האַרץ האָט זיך איר אַ װאָרף געטאָן פאַר רחמנות ; ער איז געווען בלאַס, געלב- לעך, מיט דאַרע געלע הענט, וי באַ אַ טויטן, נאָר אַף זײַנע ליפּן האָט געשפּילט אַ שװואַך שמייכ?. גאָלדע האָט באַטראַכט דאָס קליינע שטיבל מיט דעם אָרעמען מעבל, וועלכעס איז אפילו גאַנץ ריין געווען; זי האָט אַ קוק געטאָן, וי די קינדער (מאָריץ מיט טײַבעלען) זיצן אַזױ ערנסט נעבן - דעם חולה, איז זי צוגעגאַנגען צו טײַבעלען, האָט זי אַרומגענומען און האָט . איר אַ קוש געטאָן אין קאָפּ. דער חולה האָט זיך איבערגעװאָרפן, האָט ‏ אויפגעעפנט די אויגן און האָט דערזען אַ פרעמדע פרוי באַ זיך, איז ער אַביס? צעמישט געװאָרן. מאָריץ האָט דאָס פאַרשטאַנען, האָט זיך צו אים אָנגעבוינן און האָט געזאָגט, אַז דאָס איז זײַן מוטער,

--- אפשר װאָלט איר געשיקט צו מײַן דאָקטאָר ? ער װועט באַלד קו- מען. -- האָט אים גאָלדע געזאָגט פאַרזאָרגט,

--אַ דאַנק, --- האָט איר פעלדמאַן געענטפערט. --- אַ ביסל בין איך אַליין אַ דאָקטאָר און אַביס? פאַרלאָז איך זיך אַף דער נאַטור; זי דאַרף אַליין איבעראַרבעטן,

גאָלדע איז פאַרן אַװעקגאַנג צוגעגאַנגען צו טײַבעלען און האָט איר נאָך אַמאָל אַ קוש געטאָן. מאָריצס און טײַבעלעס אויגן האָבן זיך באַגעגנט, און זיי זײַנען ביידע רויט געװאָרן. אַז מיכאַיַלן איזן גרינגער געװאָרן, זײַנען זיי זיך צעגאַנגען -- מאָריץ איז אַװעק אַהיים, און טײַבעלע צו זיך אין איר צימער --- יעדער מיט זײַנע געפילן אין האַרצן... מאָריץ אין גע" - קומען אַהיים, און האָט זיך באַלד געלייגט שלאָפּן. עס האָט זיך אים גע- - חלומט, אַז ער ליגט אין בעט, און טײַבעלע האָט זיך אײַנגעבויגן צו אים,

ט ײַ בע | 98

און מיט אירע שװאַרצע געקרײַזלטע האָר האָט זי אַנגערירט זײַן געזיכט, און אירע שיינע שװואַרצע אויגן קוקן אף אים אַזױ טרויעריק, אַז עס גלוסט זיך צו וויינען... טײַבּעלען האָט זיך אויך געחלומט, נאָר אַף אַן אַנדערן אופן : עס האָט זיך איר אויסגעויזן, אַז מאָריץ האלט זי שטאַרק מיט זײַנע ווייכע װײַסע הענט, און זיי דרייען זיך ביידע אין אַ גרויסן זאַל אָן אַ שיעור. זי װויס אים כאַפּן באַ דעם קאָפּ און געבן אַ קוש אין זײַן שיינעם ליכטיקן שטערן, רײַסט ער זיך אַרױס און לויפט אַװעק װײַט-װײַט! און קומט ווידער, און נעמט זי אַרום אין זײַנע אָרעמס און רײַסט זיך ווידער אַרױס און לויפט אַוועק... עז

ווער איז געווען טײַבעלט ?

געבוירן פון אָרעמע, אָרעמע עלטערן, איר פאָטער איז געווען אַ בעל- | מלאכה, א שנײַדער. אַן ערלעכער. נאָר אַן אָרעמער, אַן טייבעלע איז אַלט געווען פינף יאָר, פלעגט זי זײַן אַן עדות פון גאַנץ פײַנע סצענעס; איר מוטער איז געווען גאָר אַ יונגע און זייער אַ שיין װײַב? פון אַ יאָר פיר און צוואַנציק; זי איז געווען באַ ,יאָס? דעם קרומען? (אַזױ האָט מען גע- רופן טײַבעלעס פאָטער) דאָס צווייטע װײַב. זי האָט אים ניט ליב געהאָט און געטריבן אין דער ערד אַרײַן; ער האָט געהאָרעװעט וי אַן אייז? טאָג וי נאַכט, און זי האָט געלעבט וי נאָט אין אָדעס ; גענעסן און געטרונ- קען, און אים פלענט זי פאַרשטאָפּן דאָס מויל מיט אַ שטיק? ברויט און מיט אַ שיסעלע קוליש פון פאַסאָליעס, זײַנע אַרבעטער פלעגן איר טראָגן שטילערחייט ניס מיט קאַנפעקטן, און די נאָענטע שכנות האָבן אַף איר אונטערגערעדט,.. דעם מאַן פלעגט זי רופן .קרומער החונט", און קיין קללות האָבן זיך באַ איר קיינמאָל ניט אױסגעלאָזט; יאָס? פלענט איר אָבער ניט ענטפערן, אַז זי פלעגט זיך גוט צעשילטן, פלעגט ער זיננען שטיקלעך פון .כתר", פון ,חל?", פון אויאתיו", מיט זייער אַ טרויעריק קול, וועלכן טײַבעלע האָט ליב געהאַט צו הערן. די נאָד? פלעגט דעמאָלט מלוען נאַנץ הויך, און אין זײַנע שװאַרצע גרויסע אויגן פלענט גלאַנצן אַ טרער...- עס איז געווען שווער אים אין כעס אַריינצוברענגען. נאָר איין מאָל אַף איר לעבן געדענקט טײַבעלע אַזאַ סצענע: עס איז געוועון אוויבאָרעט" אין דער ,כעצאָוואַי אופּראַװע?, יאָס? האָט זיך עפּעס פאַרזאַמט און אין געקועמן אחיים אַביס? פֿאַרשמאַכט..,

24 ש פ5ֿום על יכ ם

-- שיכורניק !! --- איז אפ אים אָנגעפאַלן יענטל (אַזױ האָט מען גערופן טײַבעלעס מוטער). --- אַ שיכור דאַרפסטו נאָך זײַן ? ! אָך און וויי איז מײַנע יונגע יאָר און טעג {..

זי האָט אים לאַנג געשאָלטן און האָט אים געװאָרפן די זיפּ מיט קלײַען אין קאָפּ אַרײַן. יאָס? האָט געהאַט שװאַרצע געקרײַזלטע האָר. די קלייען האָבן אים געמאַכט וי אַ שד. יענטל האָט זיך צעלאַכט און האָט צונויפגערופן די אַרבעטער און טײַבעלען, זי זאָל אָנשפּײַען דעם טאַטן אין פנים. טייבעלע האָט נאָך ניט אוספּעיעט צולויפן צום טיש, איז שוין יאָסל געשטאַנען מיט אויפגעהויבענע קולאַקעס; זײַנע אויגן זײַנען געווען אָנ" געגאָסן מיט בלוט, זײַן פּנים איז געוועזן שרעקלעך; ער װאָלט געקאַנט צערייסן יענטלען אַף שטיקלעך, ווען טײַבעלע זאָל ניט געווען אונטערפאַלן אונטער זיינע פים מיט א געוויין. יאָסל איז געבליבן שטיין אף אַ מינוט שטי?, נאָכדעם האָט ער זיך געכאַפּט מיט ביידע הענט פאַד די פּאות מיט דער באוד און האָט זיך אויסגעריסן צוויי זשמעניעס האָר... שפּעטער מיט אַ פערטל שעה איז טײַבעלע געלעגן אין בעט פאַרבליפּעט, יענטל אין גע- זעסן אין אַ ווינקעלע, אָנגעשפּאַרט אַף צוויי פינגער פון דער לינקער האַנט, און האָט געשאָלטן אָנ דעם אַלטן שטייגער, און יאָס? איז געשטאַנען אײַנ- געבויגן איבערן קינדס קאָפּ. אין די אויגן זײַנען אים געוועזן טרערן.

פּונקט אין אַזאַ פּאָזע נעדענקט טײַבעלע איר אָרעמען פאָטער, ווען איר מוטער איז נגעווען געפערלעך שלאַף, אַ האַלבע שעה פאַר דעם טויט. עס אין געוען אַ קאַלטעד װינטעריטאָג; יאָסל האָט נאַרװאָס אַרײַנגע- טראָגן צוויי שײַיטלעך האָלץ און האָט גענומען אײַנהײיצן דעם אויוון ; זײַן געקרײַזלטע באָרד און פּאוֹת זײַנען געווען אַנגעפילט מיט פעדערן; דאָס פּנים איז אִים נעווען אויסנעצויגן, די אוינן רויט; ער איז אַרומגעלאָפן אַהין און אַהער מיט דעם פינגערחוט אַף דעם אויסגעכויגענעם פינגער און האָט געשלונגען די טרערן. טײַבעלע איז געזעסן אַף דעם אויוון און האָט געקוקט אַראָפּ, װי ער איז צונעגאַנגען צו דער מוטער און האָט זיך אָנ" געבויגן צו איר. יענט? האָט קוים אויפגעהויבן די האַנט און האָט אַ מאַך געטאָן אַרױף. יאָס? איז אָפּגעטראָטן אַביס? װײַטער. זי האָט אים עטלעכע מאָל געוויזן מיט דער האנט אַרױף.. זי האָט, אַפּנים, געװאָלט, ער זאָל איר צוטראָגן דאָס קינד פאַר איר טויט. יאָס? האָט ניט פאַרשטאַנען װאָס זי מיינט, יענט? האָט אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, האָט נאָך אַמאָל אַ

ט ײַ כע | 28

קוק געטאָן אַרױף, האָט זיך איבערגעקערט אַה דער אַנדערער זײַט, און איז.... אױיסגעגאַנגען, יאָסל האָט זיך לאַנג ניט געמוטשעט אַה דער וועלט: ער האָט פאַר צרות אָנגעהויבן טרינקען, האָט אָפּנעלעבט צנוי יאָר, און איז געשטאָרבן.

ש

טײַבעלע אין געבליבן עלנט וי אַ שטיין. זי איז אַלט געהען נײַן { יאָר, און האָט זיך אַרוסגעװאַלגערט איבער דער שטאָט, בין פּעסי די מעקלערן האָט איר געפונען אַן אָרט בא צירעלע דער פּאַריקמאכערן, צו" / רעלע איז געווען זייער א פֿײַן װײַב?, א גרושה, אָן קינדער, און האָט זיךף פארדינט איר שטיס? ברוים, ניט אַזױ פון דער אַרבעט, וי פון אנדערע טפּעקולאַציעס... אונדזערע לעזער מיינען, אַז צירעלע אין געווען א סוחר, אָדער זי פלעגט פֿאַרלײַען געלט אַף משכנות ? חלילה! צירעלע אין גע" ווען אַ וויַבל? אַ גאַנץ סאָלידנע. באַ איר האָבן זיך שטענדיק געפונען עט" לעכע יונגע פיידלעך יתומות. זי פלעגט זיי אױױיסהאַלטן און זייער שיין / קליידן, און אַז זיי פלעגן אַלט ווערן פופצן-זעכצן יאָר פלענט זי אַנהויבן מיט זיי שפּאַצירן אין גאָרטן און וװוײַזן זיי דער וועלט,,. צירעלע איז באַי קאַנט געווען מיט פיל יוננע לייט פון דער שטאָט און אויך מים אַלֶע . פּריצים, אונדזערע לעזער מיינען, אז צירעלע אין געווען א הולטײיקע -- חס ושלום ! איר דאַוונען, איר ראש-חורש בענטשן, איר קנייטלעך לייגן, איר תחינות זאָגן האָבן געהאָט אַ שם ! פארקערט, זי פלענט נְאָך זאָגֿן, אַו א י ר מעג מען טאַקע גאָט-ברוך-חוא העלפן פאַר איר חסד, ואָס זי טוט מיט די אָרעמע יתומות... טײַבעלע איז אָפּגעװען פיר יאָר בא צירע- לען. זי האָט זיך אָנגעזען גאנץ שיינע זאכן, װאָס האָבן זיך אָפּנעטאָן מיט אירע עלטערע חברטעם, פון וועלכע מיר וועלן אונדזערע לעזער באַפּרײַען... זי אין אַלט געװאָרן דרײַצן יאָר און איז געווען שיין, וי דער זומער"טאָג, צירעלט האָט זיך געשפּיגלט אין איר. זי האָט זי ניט אָפּגעלאָזט פון די אוינן און פלעגט זי רופן ,טאַכטער", און האָט זי אויטגעקליידט װוי א גרעמין. טײַבעלע איז געווען צופרידן מיט צירעלעס באַהאַנדלונג. נאָר איין זאךף האָט זי ניט געקאַנט איבערטראָנן; אויסהערן די קאָמפּלימענטן פון די פרעמדע יונגעלײַט, װאָס פלעגן זיך צונויפקלײַבן באַ צירעלען אלע טאָג.

ווער זײַנען די יונגעלײַט, װאָס פארבהעננען בא איר די צײַט 1..

20 | ש לכום ע ליכ ט

און ער איז דער יונגערמאַן, װאָס װוינט דאָ אַף דעם הויףּ, אין דעם קליינעם שטיבל, און גייט אַלע טאָג אַװעק אַף עטלעכע שעה און קומט צוריק צו א געוויסער צײַט אַהיים, און זיצט אַמאָל אִפּ אַ גאַנצע נאַכט איבער ביכער ? פאַרװאָס גייט ער אויך. ניט צו צירעלען צוגאַסט, גלײַך מיט יענע יונגעלײַט? מען דאַרף פרעגן באַ צירעלען. צירעלע האָט איר געזאָגט, אַז דאָס אין עפּעם אַ שליממזל, אַן אָרעמער לערער. ער הייסט פעלדמאַן, זי האַלט ניט פון אַזעלכע יונגעלײַט; זי האָט ליב שיינע, רײַבע, פריילעבע, קלוגע...

מעלדמאַן האָט עטלעכע מאל- באַמערקט טײַבעלען אַרומנײן איבער דעם הויף איינע אַלײן. מפעלדמאַן האָט געוװוסט, ווער צירעלע איז, און װאָס פאַראַ מענטשן עס גייען צו איר,.. איינמאָל אין פעלדמאַן אַהײַמגעקומען שפּעט פון די שטונדן און האָט געטראָפן טײַבעלען אַרײַנקוקן צו אים אין פענצטער, טײַבעלע האָט זיך אַביס? דערשראָקן, װאָס ער האָט זי אַזױ געטראָפן, עס האָט זיך צווישן זיי אָנגעהויבן אַזאַ געשפּרעך :

--- איר האָט אַרײַנגעקוקט צו מיר אין מײַן חדר ?

--- יאָ,, איר זענט הײַנט אַוױי שפּעט אַהײַמגעקומען:.

זי זײַנען עטלעבכע מינוט געשטאַנען שטיל און נאָר געקוקט אײַנער אַף דעם אַנדערן און זיך געמאָסטן מיט די אויגן, ענדלעך האָט זי פעלד- מאַן אַ פרעג געטאָן :

--- איר זײַט שוין לאַנג באַ צירעלען ?

--- איר קענט זי ? -- האָט אים טײַבעלע פאַרװוּנדערט געפרעגט,

--- איך האָב געהערט פון איר,

--- פאַרװאָס גייט איר קיינמאָל ניט אַרײַן צו אונדז, ווי'יענע יונגע לײַט? -- טײַבעלע האָט זיך אויסגעדרייט צו ציר?ס הויז און האָט אים געוויזן מיט דעם פינגער אף דעם פענצטער, װאָס איז געווען שטאַרק באַ- ליַיבט,

--- איר ווילט, איך זאָל אויך גיין אהין ? --- האָט זי פעלדמאַן גע- פרעגט האלב לאַבכנדיק.

-- האַ? ניין! איך פרעג, פאַר װאָס איר גייט ניט אַהין ?

--- פאַרװאָס איך גיי ניט 4 קיין רעבטער מענטש גייט ניט צו ציד רעלען... --- פעלדמאַן האָט זיך פאַרכאַפּט. --- איך בין זייער אַ פאַרנ" - מענער מענטש און האָט קיין צײַט ניט. | :

טײַ בע לע 24

טײַבעלע האָט זיך אַביס? פאַרטראַכט. -- פֿאַר װאָס-זשע זײַנען יענע ניט פאַרנומען? פאַרװאָס האָבן זיי יא צײַט ? זיי זײַנען דען ניט קיין רעכטע מענטשן 9.. . פעלדמאַן האָט ניט באַלד געענטפערט. -- זיי האָבן ניט װאָס צו סאָן, זיי זײַנען ליידיקגייער, פּוסטע לײַט, נידעריקע מענטשן, זיי האָבן געלט און האָרעװוען ניט דערויף, זיי מוזן ערגעץ פֿאַרברענגען די צײַט, כדי זיי זאָלן ניט משונע ווערן פאַר ראָסקאָש, -- איך האָב אויך געטראַכט דאָס זעלבע, --- האָט טײַבעלע געזאָגט און איז צוגעגאַנגען נענטער צו פעלדמאַנען, נאָר צירעלע זאָנט, אַז דאָס זײַנען די פײַנסטע יוננעלייט אין שטאָט, און לויבט זיי גאָר אָן אַ שיעור... אָט פון אײַך לאַכט זי דוקא: איר זײַט איר ניט נעפעלן.. זיי האָבן זיך ביידע צעלאכט. --- איר זײַט שוין לאַנג באַ איר? -- האָט פעלדמאַן װוידער גע- פרעגט. --- שוין פיר יאָר, --- איר זײַט צופרידן ? טײַבעלע האָט ניט געענטפערט אַף זײַן פראַגע און האָט נאָר אַ װאָרף געטאָן מיט אירע שװאַרצע געקרײיזלטע האָר, און אירע גרויסע שװאַרצע ! אויגן זײַגען געבליבן פאַרטראַכט. --- איר קלערט דאָרט לאַנג צו בלײַבן + -- האָט זי פעלדמאַן װײַטער געפרעגט, טײַבעלע איז געשטאַנען אין דער זעלביקער פּאַזע און האָט אים שטי? געענטפערט : -- איך קלער שוין אַלײַן גאַנץ לאַנג דעריבער און קאָן גאָר ניט צו- קלערן... קיין עלטערן האָב איך ניט, קיין פּרײַנט אויך ניט -- און אַז איך דערמאָן זיך, װאָס מיט מײַן עלטערער חברטע האָט זיך אױיסגעלאָוטן... זי איז ניט לאַנג געקומען צו אונדז אַ צעחרגעטע, אַ פאַרשװאָלענע, הונגע- ריק וי אַ חונט... מיר האָבן זי קוים דערקענט !... צירעלע האָט זי צוריק ניט וגעװאָלט צונעמען. איך האָב זי געבעטן, מיר האָבן ביידע געוויינט פאַר. איר, און זי וויל ניט און װויל ניט |.. מיר האָט זי שטילערהייט גע- זאגט, איך זאָל אַװעק פון דאַנען, װאָרעם עס קאָן מיט מיר אויך זײַן אַזאַ סוף, וי מיט איר... זי האָט זיך מיט מיר געזעגנט און האָט אַזױ געוויינט...

28 ש 5ֿום ע5יכ במ

פון טײַבעלעם שיינע אויגן האָבן זיך מיט אַמאָל אַ גאָס געטאַן טרערן. פעלדמאַן איז צוגעגאַנגען צו איר און האָט זי אנגענומען בא דער האַנם. טײַיבעלע האָט זיך אויסגעריסן און איז אַנטלאַפן.

פון יענעם טאָג אָן האָט זי פעלדמאַן ניט געזען אַ װואָך צוויי. ער האָם גערעכנט, אַז זי אין אַנטלאָפן פון צירעלען; נאָר וי גרוים איז געווען זײַן פֿאַרווונדערונג, אַז ער איז איינמאָל געקומען אַהיים און האָט געטראַפן די טיר פון זײַן שטיב? אָפּגעשלאָסן און טײַבעלע אין געזעסן באַם טסיש און האָט געקוקט אין אַ בוך ! אַז זי האָט אים דערזען, האָט זי געשווינס צוגעמאַכט דאָס בוך, איז אױפגעשטאַנען און איז געבליבן פאַרשעמט, וי אַ קליין קינד, װאָס האָט זיך אַרײַנגעכאַפּם אין קעמער?, װוּ די עפּל מיט די באַרן ליגן, און פּלוצלינג איז אָנגעקומען די מוטער..

--- איך האָב געװואַרט אף אַײַיך אַ פּאָר שעה --- האָט זיך טײַבעלע פאַרעפנטפערט --- און האָב געזען, אַז איר קומט ניט, האָב איך גענומען דעם שליסל (איך האָב געזען ווו איר באַהאַלט אים) און בין אַרײַגעגאַנגען צו אײַך און זיץ שוין דאָ לאַנג. איך האָב דערװײַל געזען אײַערע ביכערן; מײַן עלטערע חברטע, פון וועלכער איך האָב אײַך דערציילט, האָט מיך אויסגעלערנט לייענען רוסיש. איך בעט אײַך, איר זאָלט זיך אַף מיר נים בייזערן. איך בין נעקומען צו אײַך פרעגן אַן עצהי.. |

פעלדמאַן איז געשטאַנען און האָט באַטראַכט דאָס יונגע אומגליק" כעכע מיידל; אירע שיינע אויגן זײַנען געווען רויטלעך, װוי בא אַ מענטשן, װאָס דערשלאָפט ניט אַ גאַכט, פון איר שיין װײַס געזיכט איז געווען צו זען, אַז עס אי איר ביטער אַפן האַרצן. פעלדמאַן האָט איר צוגעטראָגן אַ בענקל און האָט זי געבעטן זיצן. |

--- זאָגט, איך וועל אײַך העלפן מיט װאָס און וויפיל איך קאַן.

טײַבעלע האָט זיך געזעצט און האָט אָנגעשפּאַרט איר קאָפּ אַה דער רעכטער האַנט, מיט דער לינקער האָם זי געבלעטערט דאָס בוך; װאָס זי האָט פריער אַװעקגעלײיגט, די אויגן מיט די לאַנגע ברעמען האָט זי אַראָפַּ- | געלאָזט, און אַף אירע. קליינע רויטע ליפּן האָט געשפּילט אַ ביטער שמיי" בעלע.

--- איך קאָן מער ניט זײַן באַ צירעלען... איךי.

--- איר קאַנט דען ניט אַװעקגיין פון איר ? --- האָט זי פּעלדמאַן

טמ בעלע- ה = 29

איבערגעשלאָגן. --- זי האָט אײַך דען געקויפט ? זאָגט איר, אַז איר ווילט מער ניט זײַן באַ איר --- און גענוג, טײַבעלע האָט אויפגעהויבן די אויגן אף פעלרדמאַנען.

--- איך בין אַרױסגעגאַנגען הײַנט פון צירעלעס הויז, און מײַן פום ! וועט שוין דאָרט ניט זײַן אַזױ לאַנג װוי איך װועל לעבן |...

באַ די ווערטער האָט איר די אויבערשטע ליפ אַ ציטער געטאָן און איר געזיכט האָט אויסגעוויזן בייז. פעלדמאַן האָט פון איר ניט אַראָפּגעלאָוט קיין אויג : אין אירע ווערטער האָט ער געהערט א קול פון א מענטשן, נים וי פון אַ קינד, ער האָט זיך באַטראַכט, אַז עס איז גליוכער זי נים צו פרעגן די אורזאַך פון איר באַשלוס. ער האָט איר פאָרגעלייגט אַלערפֿײ פּלענער : אויב זי וויל, װעט ער איר אָפּווכן אַן אָרט אַה צו לערנען זיך נייען און אַרבעטן, און אויב זי װויל, וועס ער זי לערנען לייענען און שרײַבן, און אויב ער וװועט זען, אַז זי האָט דערצו א טאַלאַנט, װעט ער זי אַלץ לערנען װאָס מע דאַרף און װאָס ער קאָן, ער האָט איר געגעבן צו פאַרשטיין, אַז דאָס איז נאָר ניט אַזױ שווער וי זי מיינט; מע דאַרף נאָר האָבן גענוג געדולד. ער האָט איז געזאָגט, אז אוב זי ויל, קאָן זי אַפילו הײַנטיקן טאָג איבערבלײַבן באַ אים אין דעם צווייטן צימער באַזונדער, ביז זי װועט קאָנען אַלײן האָרעװען און זיך פֿאַרדינען צוֹם לעבן און וועט ניט דאַרפן אָנקומען צו קיינעם. פעלרמאן האָט גע- קאַנט ריידן: ער האָט איר געוויזן א בײַשפּיל? פון זיך אַלֵיין, און האָט איר דערציילט, וי עלנד און אומגליקלעך ער אין געווען, אַו מען האָט אים אַרױסגעטריבן פון זײַן שטאָט, וי אַזױ ער האָט באַדאַרפט גיין דאָס לעצטע מאָל צו רב נחסן פליאַסק בעטן בא אים אַף חוצאות, און וי אַזױ רב נחמן האָט אים אויפגענומען: פריער איז ער אַרױסגעגאַנגען אַף צוויי שעה, נאָכדעם איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין שטוב, האָט אָפּגעז שווענקט די הענט, האָט פאַרגלאָצט די אויגן און מִיט גרויס כוונה גע- זאָנט אאֲשר יצר"... ער האָט געהייסן טעלדמאַנען שטיין אין הויז בא דער טיר, ביז ער ועט זיך אינגאַנצן אָפּפאַרטיקן, און ער האָט זיך געשטעלט דאַוונען, וועלכעס האָט אויך געדויערט צוויי שעה. נאָך דעם דאַװונען האָט ער געזאָגט אַ ביסל זוחר, האָט געמאכט א כוסה און האט / פאַרביסן מיט צוויי אָפּגעשײלטע אייער, גום איינגעקאַטשעט אין זאַלץ, נאָכדעם האָט ער געהאָט א השבון סים א טארויינטער אלסנה, וועלכע

30 | ש לום ע ליב ם

האָט אים געבראַכט, אַ חוץ דעם זילבער, װאָס איז שוין לאַנג געלעגן פאַרזעצט באַ אים פאַר צואנציק רובל, אַ זײַדן קלייד, װאָס זי האָט געמאַכט איר טאָכטער צו דער חתונה און האָט עס פאַרזעצט באַ אים פאַר צען רוב?, דערצו האָט זי זיך אונטערגענומען פערצן ואָכן אויס- צוצאָלן צו צוויי רובל מיט אַ פערטעלע יעדע װאָך, נאָך דער פּרשה, און אַז עס וװועט ניין חוקת מיט בלק און מטות ומסעי צװאַמען, דאַרף זי יענע װאָכן צאָלן דאָפּלט צו 4,80, און די װאָכן דאַרפן זיך אַלֶץ רעכענען איינציקע. פון די צען רובל האָט ער דערװײַל אַראָפּגענומען

פּראָצענט פאַר ,יענער" װאָך, אַ חוץ פופציק קאָפּיקעס אַה ,לחם-אביו" ' =

נים". די וויסטע אלמנה איז אַרױסגעגאַנגען ווילד צופרידן; און רב נחמן האָט זיך געזעצט עסן אַלֵיין, און פעלדמאַן איז אַלץ געשטאַנען באַ דער טיר, און האָט געהערט, וי רב נחִמן האָט געשאָלטן די קעכן, פֿאַר װאָס דאָס טייגעכץ איז אויסגעקומען אַזױ לוז, און די פּאָלקע פון דעם עוף אין געווען אַ ביס? איבערגעבראָטן.. נאַכדעם האָט ער געבענטשט אַפן קול, און צו אובנה ירושלים" האָט ער זיך צעויינט, װוי אַ קליין קינד. נאָך דעם בענטשן האָט אים דאָס װײַב אַרײַנגע- טראָגן צוויי געלע באַרן מיט אַ פלאַס-פּײַערדיקן אַרבוז אָן קערלעך; (ער האָט אים אויפגעגעסן אינגאַנצן, און האָט זיך צוגעלייגט אָפּרוען ווידער אֵף אַ שעה צויי. אַז ער איז אױפגעשטאַנען, האָט ער זויך געװואַשן די הענט און אַרײַנגערופן פעלדמאַנען צו זיך, און האָט אים ‏ / גענומען זאָגן מוסר, אַז דער גיהנום מיט אַלֶע זײַנע שטראָף אין קארג ‏ - פֿאַר אַזא שיינעץ, װאָס האָט אַ העזה צו לייענען איטשע-בערס ביכלעף - אין אַ מקום-קדוש, און האָט געוויזן מיט ראיות ברורות, אַז געבן אַזאַ הולטאַי אַ נדבה איז די גרעסטע עבירה, אַ סך ערגער וי צו הרגענען אַ מענטשן. דערמיט האָט ער אים אָפּגעלאָזט אַף אַלע פיר זײַטן. נאָר אַז פעלדמאַן איז פאַרביטערט אַרױסגענאַנגען פון שטוב, האָט רב נחמן אַ קרעכץ נגעטאָן און האָט פאַרשריבן מיט רש"ע-כתב אין ,צעטל של הוצאות והכנסה": אַז דער שיינעץ, ימח שמו, װאָס מען האָט באַ אים געפונען דעם ,אפס דמים", איז אַרױסגעגעבן געװאָרן פון לחם אביונים - געלט 9 רו"כ על הוצאות הדרך..

פעלדמאַן האָט איר דערציילט זײַן גאַנצע ביאָנראַפיע פון יענער + צײַט אָן ביז ער איז אַרײַן אין פינפטן קלאַס ראַבינער-שול. ער האט.

וָ /

1

מײב עלע |

ניט פאַרגעסן צו דערציילן די מעשה, װאָס האָט זיך מיט אים געטראָפן אין דער שטאָט ,בלאָטע?. ער האָט געהאַט אַ רעקאַמענדאַציע צו דעם גביר פון דער שטאָט , בלאָטע? -- רב גרשון שפּרינגער, וועלכער האָט אים צוגענומען לערנען מיט זײַן בזקונים פּײַטל, רב גרשון שפּרינגער איז רײַך געװאָרן פון אַ קלייניקייט : ער האָט אויסגעדונגען עטלעכע ייִדישע פאַמיליעס די מילן, ואס דער גראַף האָט געהאַט אין דער שטאָט, און זיי נייען נאָך עד היום אין די הײַזער, און אַליין אין ער געװאָרן אַ גביר, האָט געטאָן שאַרפן שידוכים און אין געװאָרן מיט חסידים אַ חסיד און מיט אַריסטאָקראַטן אן אַריסטאַקראַט --- דאָס װאָס הייסט באַ אונדז אַ מעורב עם חבריות. ער האָט געקאַנט אויסקומען מיט דער גאַנצער וועלט, דאָס הייסט, יעדן באַזונדער אָפּנאָרן, ער האָט געװאָלט באַקומען אַ נאָמען אַף דער וועלט, פלעגט ער אַרײַנשיקן פון דער אימעניע צען וועגן שטרוי אין ,חקדש" אַרײַן, און זײַן ,אייגענער" קאָרעספּאַנדענט האָט צעבלאָזן אַף אַלֶע גאַזעטן, אַז הגביר רב גרשון שפּריננגער באַהייצט ווינטער אַלע אָרעמע לײַט אין דער שטאָט ,בלאַ- טע". און אַז דער אַנדערער נביר אין דער זעלביקער שטאָט האָט באַ- | דאַרפט שטאַרבן, און עס האָט זיך אים פֿאַרגלוסט דוקא אין גךעדן אַרײַן, האָט ער איבערגעלאָזט זײַן גאַנצן קאַפּיטאַל אַף עולמות מיט גמילות-חסדים מיט תלמוד-תורה און האָט געמאַכט מאַר איין אָפּעקו, פאַרשטייט זיך, רב נרשון שפּרינגער, וועלכער האָט דאָס געלט פאַרטאָן וונהין ער האָט געװואָלט, און אַ תחשבון", האָט ער געזאַנט, װעט ער װוײַזן, אם ירצה חשם, אַז משיו װעט קומען, װאָרעם איצט אין ער שטאַרק פאַרנומען מיט זײַנע איינענע געשעמטן..

| כאָטש רב גרשון איז געווען אַן עם-הארץ און האָט קוים געקענט דאַוונען, נאָר ,משכילים האָם ער פײַנט געהאט בתכלית השנאה, און פלעגט זיי רופן ,זשוליקעס", און ,השכלה? האָם בא אים געהאָט אַ נאָמען -- ,קראַנצעפאָליע?2..

זײַן בןדזקונים פײַט? װאָלט באַדאַרפט געבוירן ווערן נאָר אַ גרויסער חכם, האָט אים דער מלאך גענעבן צו א שטארקע שנאָל אונטער דער

4) מיר האָבן געזוכט דאָס װאָרט ,קראַנצעפאַליע? אין אַלע נייע און אַלטע װערטער- ביכער און האַבן אַואַ װאָרט נישט געפונען; לכן בעטן מיר אונדזערע לעזער, זי זאָלן איינחזרז דאָס ואָרט ,קראַנצעפאליע", װעט דאם אונדז בלייכְן לדור דור..

ד ע ר פא ר ט אַ סע ר.

52 | ש 5 וֹם ע 5 ב מם

נאָז, איז ער געװאָרן א טיפּש.. ער איז אַלְט געווען אַכצן יאֶר און האָט זיך געריבן צווישן די ,משכילים", און דער גמרא-מלמד פלעגט אים אַ מאָל פאַרשרײַבן אַ קאָרעספּאַנדענציע אין אַ לשו-קודש-צײַטונג, אַף וועלכער ער פלענט שטעלן זײַן נאָמען. אַז פעלדמאַן איז אָנגעקומען צו אים פאַר אַ לערער, האָט ער זיך געפּרגווט מיט אים אויך מאַכן די זעלבע שװוינדלערײַען, האָט ער אים אָפּנעזאָגט. פײַטל? אין ברוגו גע- װאָרן און האָט אים געזידלט, געמאַכט מיט דער בלאַטע. פעלרמאַן האָט אים מיט זײַנע דאַרע הענט, אַזױ וי מיט אַ צװאַנג, אָנגענומען באָם גאָרנ? און האָט אים אַרױסגעװאָרפן דורך דעם פענצטער,.. דער- פאַר איז ער אָפּנעזעסן צוויי וואָכן אין פּאָליצײי און איז קוים מיטן לעבן אַנטלאָפן פון דער שטאָט , בלאָטע".

טײַבעלע האָט מיט גרויס אינטערעס אויסגעהערט זײַן ביאָגראַפיע, וועלכע פעלרמאַן האָט געקאַנט דערציילן און באַשײינען מיט אַנעקדאָטן. און משלים. ער האָט זי אויפגעקלערט, אַז אַ מענטש קאַן פון זיך מאַכן װאָס עד װויל, און קיין שום שלעכטע אומשטענדן קאָנען אים ניט שטערן צו זיין דער אָרנטלעכסטער מאַן אף דער וועלט, אַבי ער קוקט נאָר אף יעדער זאַך מיט אָפענע אויגן און מיט זיין אייגענעם שכל, מיט זיין אייגן געפיל. ער מוז האָרעווען צו ווערן זעלבסטשטענדיק, צוליב זיך און צוליב דעם כלל מענטשן.

טײַנעלע האָט אים אויך דערציילט, װאָס איר יונגער שכל האָט גע" קאַנט באַמערקן אין איר לעבן. זי האָט אים פאַרשיט מיט פראַגן; פאַר װואָס איז דאָס אָדער יענץ אַזױ און ניט אַנדערש ? און אַז עס איז שוין גאַנץ שמעט געװאָרן און מען האָט שוין באַדאַרפט גיין שלאָפן, האָט זי פעלדמאן אַריינגעפירט אין דעם צווייטן צימער און האָט שוין געװאָלט אוועקגיין צו זיך אין צימער, האָט אים טײַבעלע אָפּנעשטעלט און האָט אים גענגעבן איר האנט מיט די װערטער:

--- איר זענט ניט אַזױ, װי יענע יונגע לייט 4.. איר זענט באמת אַן אַרנטלעכער מאן ? |

פעלדמאַן האָט אַ קוק געטאָן איר אין די אויגן מיט אַ שמייכל און האָט גאָרניט געענטפערט. טײַבעלע האָט אים די האַנט ניט אַרױסגעלאָוט און האָט אים ווידער געפֿרעגט :

ט ײַ בע לע | | 59

--- איר שווערט באַ אײַער לעבן ? הקייזיידן איך שווער באַ מײַן לעבן 51

דצ

די ערשטע צײַט האָט טײַבעלע געקוקט אָף פעלדמאַנען מיט צווייםל: זי האָט ניט געװוסט, צי זאָל זי אים גלויבן, צי ניין. פעלדמאַן האָט דאָס פאַרשטאַנען, און טײַבעלע האָט אים אַמאָל אַלֵיין געזאָגט, װאָס עס מו- טשעט זי. פעלדמאַן האָט איר דערויט געענטפערט, זי זאָל דאָס איבער. געבן דער צײַט, װאָס קאָן אַלץ איבערמאַכן און אױסזאָגן דעם רעכטן אמת. עס האָט אָבער לאַנג נישט געדויערט : אין אַ האַלב יאָר אַרום אין. טײַבעלע צו אים צוגעבונדן געװאָרן, וי אַ שװועסטער; זי האָט אַליין אַלץ געטאָן אין שטוב : געקאכט, גערוימט, גרעט געװואַשן און נאָך אַזעלכע אַרבעט. אין לערנען האָט טײַבעלע באַוויזן אַזאַ פעיקייט, אַז פעלדמאַן האָם זיך געווונדערט. ער האָט מיט איר געלערנט עטלעכע שעה אין טאָג: די איבעריקע צײַט װאָט זי געלעזן ביכער. פעלדמאַנען האָט זי ניט גע לאָזט אָטעמען : זי האָס אַלץ געװאָלט וויסן. עס אין פאַרגאַנגען נאך א יאָר. עס האָט זיך געמאַכט אַזױ, אַז מען האָט פעלדמאַנען גערופן צו אַ רײַכן מאַן און מען האָט אים פאַרגעלייגט אַ שטונדע געבן אַ קליין מיי- דעלע פון אַ יאָר צען; פעלדמאַן איז אָבער געווען זייער פאַרנומען, און האָט רעקאַמענדירט טײַבעלען. טײַבעלע האָט דאָרט אָנגענומען די לעקציע פאר צװאַנציק רובל אַ חודש און איז פאַר פרייד שיעור ניט אַרױיפגעפאַלן פעלדמאַנען אף דעם האַלדן ;

-- נו, מיכאַיל, הײַנט בין איך כמעט אַזוֹי רײַך וי איר; איך האב שוין קיין מורא ניט, טאָמער װועט איר מיך אַרױסטרײַבן..

יענעם אֶוונט האָבן זיי לאַנג געפּלױדערט צװאַמען. טײַבעלע האָט זיך געמאַכט נאַריש, וי אַ קליין קינד, און פעלדמאַן האָט אָנגעקוואלן פון איר, וי אַ גליקלעכער פאָטער. זיי האָבן אַזױ לאַנג גערעדט, בין עס איז געקומען צו גאַנץ וויכטיקע זאַכן. טײַבעלע האָט אויפנעהערט צו לאַכן און האָס פֿאַרטראַכט געהערט פעלדמאַנען, וועלכער האָט אין דעם אַוונט | אווסגעגאָסן פאַר איר אַלע זײַנע געפילן, טײַבעלע האָט אים ניט רעכט פאַרשטאַנען און געבעטן, ער זאָל איר זאָגן װאָס ער מיינט. פעלדמאַן

34 ש 5 ום ע 9 יב ם

האָט איר צום ערשטן מאָל אין די צוויי יאָר אױסגעזאָגט, אַז ער ליבט זי מער פון אַלץ אַף דער וועלט {... טײַבעלע איז רויט געװואָרן װוי אַ רויזן זי איז צוגעגאַנגען צו אים. האָט גענומען זײַן האַנט צו זיך אין די הענט, האָט זיך אײַנגעבױגן צו אים און האָט אים לאַנג געקוקט אין די אויגן. פעלדמאַן האָט געפילט די װאַרעמקײט פון אירע קליינע גלאַטע הענטלעך, | מיט דעם ריח פון אירע האָר, וועלכע האָבן אָנגערירט זײַן געזיכט. זיי האָבן ביידע קיין װאָרט ניט אויסגערעדט, און אַזױ זײַנען זיי זיך צעגאַנ- גען אין זייערע צימערן, וי אַלע נאַכט. איבער טײַבעלעס בעט איז געהאַנ- גען פעלדמאַנס פּאַרטרעט; זי האָט אים אַראָפּגענומען, האָט צוגעשלאָסן די טיר און האָט געקוקט אַה דעם בילד :

--- אָ, טײַערער מיכאַי?ל, דו ביזט זייער אומערלעך !...

אין דער נאַכט האָט טײַבעלע געזען אַזאַ חלום :

אַ גרויסער, ברייטער, טיפער גרוב, אָן אַ גרונד; עס פליען אַרום אין דער לופטן קליינע מענטשעלעך, װאָס האָבן אַ פּנים פון שלאַנגען און יאָגן זיך איינע נאָך די אַנדערע. זי האָט דאָרט דערקענט צירעלען, וועלכע. האָט זיך מיט צעשפּרײיטע אָרעמס און מיט אַ שמייכעלע געקאַטשעט און געדרייט אַהין און אַהער; אַרום איר האָבן זיך אַרומגעדרײט נאָך קלע- נערע מענטשעלעך מיט פאַרשיידענע פיזיאַנאָמיעס. זי האָט צוישן זי - דערקענט אייניקע יונגעלייט, װאָס פלעגן זײַן פון צירעלעס געסט. אָן אַ זיַט האָט זי דערזען איר עלטערע הברטע, וועלכע האָט אַפּ זיך געריסן די קליידער און געוויינט, געיאָמערט מיט אַ משונה קול. זי האָט אויפגע- הויבן די אוינן, האָט זי דערזען פעלדמאַנען אַזױ גרויס און שיין, אַז זי האָט שוין גאָר פאַרגעסן אָן די אַלע קליינע מענטשעלעך; נאָר זײַן גע- זיכט איז געווען אַזױ וי מיט אַ װאָלקן באַדעקט; זײַנע אויגן האָבן גע- קוקט אֵף איר מיט אַ געבעט, מיט רחמנות. זי האָט זיך געװאָלט אוים- הייבן אַביס? העכער, נאָר זי האָט ניט געקאָנט, גלײַך וי עמעצער װאָלט זי צונעהאַלטן. זי האָט געפילט, אַז זי פּאַלט אַלץ נידעריקער און ני דעריקער... |

אַף מאָרגן, אַז פעלדמאַן האָט זי דערזען, האָט זיך אים אויסגעוויזן, אַז באַ טײַבעלען זײַנען רויט די אויגן, גלײַך וי זי װאָלט געוויינט אַ גאַנד צע נאַכט. ער האָט זי געװאָלט פרעגן, װאָס דאָס באַדײַט, נאָר ער האָט זי ניט געפרעגט. פון דעמאָלט אָן פלעגט טײַבעלע זײַן פּאַרטראַכט און וי

= אי יט

ט ײַ בע לע 98

פאַרזאָרגט, און פעלדמאַן האָט ניט געהאַט קיין געלעגנחייט אויפמישן דאָס אַלטע געשפּרעך, אַזױ איז איבערגעלאָפן נאָך אַ האַלב יאָר,. טײַבעלע איז שוין אַלט געװאָרן פופצן-זעכצן יאָר און איז געווען וי אַ בלום, װאָס הייבט נאָר אָן צו בליען.

אונדזערע לעזער דאַרפן געדענקען, װוי אַזױ עס איז געשלאָסן גע- װאָרן די ערשטע באַקאַנטשאַפט צווישן מיכאַי? פעלדמאן און פאַריץ | זילבערמאַן, אַף דעם צווייטן טאָג האָט אים פעלדמאַן פאַרגעשטעלט

פאַר זײַן שילערן טײַבעלע זאָנענשיין, און אַזױ זײַנען די יונגע מענטשן באַקאַנט געװאָרן. זיי פלעגן זיך זען אַלע טאָג, צוזאַמען לערנען, ביכער לייענען, אָפֿטמאָל זיך קריגן איבער אַ בוך און גיין שפּאַצירן. עס אין איבערגעגאַנגען עטלעכע מאָנאַטן בין דער צײַט, װאָס פעלדמאַן אין שלאַה געלעגן און גאָלדע זילבערמאַן איז באַ אים געוועזן. ער אין אִמּי געלעגן נאָך פינף טעג און איז אינגאַנצן געזונט געװאָרן. מאָריץ מיט טײַבעלען זײַנען אַזױ פריילעך געווען דערפון, אַז זיי האָבן באַשלאָסן צו מאַכן מיכאַילן אַ סורפּריז (איבערראַשונג). עס איז געוועון חודש מײַ. זיי האָבן אָנגעקויפט פיל בלומען און האָבן באַהאַננען די ווענט פון זײַן צימער. אַז פעלדמאַן איז אַרײַנגעקומען, האָט ער זיי געדריקט די הענט און האָט זיי געדאַנקט פאַר זייער געטרײַשאַפט. דאָ האָבן זיך מאָריץ מיט טײַבעלען ווידער באַגעגנט מיט די אויגן און זײַנען וי רויט געװארן. פעלדמאַן האָט דאָס באַמערקט און האָט זיך אַ בים? פאַרקלערט דערויף. דעם גאַנצן טאָג האָט ער וינציק גערעדט און איז געווען פאַרטראַכט. טײַבעלע האָט זיך צוֹ אים געטשעפעט, װאָס אין מיט אים; ער האָט איר געזאָגט, אַז דער קאָפּ טוט אים אַ ביס? וויי, און איז אַװעקגעגאַנגען צו זיך אין צימער. פאָריץ האָט טײַבעלען נאָך קיין איינציק װאָרט געזאָנט פון זײַנע געמילן צו איר. איינמאָל זײַנען זיי געזעסן צוזאַמען באַם טיש און האָבן געװואַרט אַףם פעלדמאַנען און האָבן ביידע געשווינן. סאָריץ האָט עפּעס יאַ געװאָלט זאָגן, נאָר. ער האָט זיך גיך געכאַפּט און האָט אַ חוסט געטאָן. פעלדמאן אין גע- קומען, און זיי זײַנען לעבעדיקער געװאָרן. נאָך דער לעקציע האָט זיך מאָריץ געקליבן אַוועקצוגיין און באַם געזעגענען האָט טײַבעלע דערטילט / אין דער האַנט אַ שטיקל פּאַפּיר.. מאָריץ איר אַװעקגענאַננען, און טי : בעלע איז געװאָרן בלאַס, דאָס הארץ האָט איר געקלאפּט וי מיט אַ האַ-

96 ש 5ום ע5יב ם

מער, די הענט האָבן איר געציטערט. זי האָט דאָס צעטעלע אַרײַנגעלײגט אין קעשענע און האָט גערעדט מיט פעלדמאַנען. פעלדמאַן האָט אָבער באַמערקט, אַז טײַבעלע ענטפערט ניט צו דער זאַך, האָט ער אַה איר פאַרװוּנדערט אַ קוק געטאָן. דאָס געזיכט האָט איר געפלאַמט, װוי פײַער, ער האָט איר צוגעלייגט די האַנט צום שטערן: דער קאָפּ איז איר גע ווען הייס,

--- טײַבעקע ! װאָס איז מיט דיר ?! ,

-- גאָרניט, כ'לעבן, גאָרניט... --- האָט אים טײַבעלע געענטפערט און איז אַרױסגעגאַנגען צו זיך אין צימער, האָט אַרױסגענומען דאָס צע" טעלע, װאָס מאָריץ האָט איר איבערגעלאָזט, און האָט איבערגעלייענט

6 6 די ווערטער : 2506(

,הײַנט, זייגער פינף, װועט איר זײַן אין שטאָט-גאָרטן אונטער דעם עפּלבױים. איך דאַרף אײַך זאָגן זייער אַ נייטיקע זאַך?.

זייער פיר, אַז פעלדמאַן איז נאָך געווען אַה די שטונדן, האָט זיך טײַבעלע אָנגעטאָן, האָט פאַרשלאָסן די שטוב און איז געשווינט אַרױס- געגאַנגען. אַף דער גאָס האָט זי זיך אַנידערגעשטעלט און האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן באַם האַרץ, וועלכע האָט ניט אויפגעהערט צו קלאַפֿן:.. אַז זי איז אַרײַנגעקומען אין גאָרטן, איז זי באַלד צוגעגאַנגען צו דעם עפּלבוים און האָט זיך צונעזעצט אַף דער באַנק. די זון האָט דורכגע- שלאָגן אירע שטראַלן דורך די געדיכמע צװײַגן פון די ביימער, דער סאָי לאַוויי האָט געזונגען. טײַבעלע האָט אַרויפגעקוקט אֵף דעם בוים און האָט באַמערקט, װוי צוויי פיינעלעך האָבן זיך געשלאָגן ; זייער מלחמה האָט זי אַזױ שטאַרק פאַראינטערעסירט, אַז זי האָט ניט געהערם, וי מאָריץ איז צוגעגאַנגען צו איר, ער איז געבליבן שטיין און האָט גע" קוקט אַה אירע שװאַרצע געקרײַזלטע האָר, װאָס דאָס ווינטעלע האָט געשאַקלט; איר האַרץ האָט זיך געהויבן אַרױף און אַראָפּ, און איר מים אַ ווייס זעק? באַדעקט קליין פיסל האָט אַרױסגעשטאַרט פון דעם שווארצן קלייד און איז אַראָפּגעהאַנגען פון דער באַנק. מאָריץ האָט מורא געהאַם כאפּן דעם אָטעם, ער זאָל זי ניט אויפוועקן. עס איז אַװעקגעגאַנגען נאָך צוויי מינוט. פאָריץ האָט שטילערהייט געזאָגט:

--- טײַבעלע...

-- אַך ! מאָריץ 19,.. -- האָט זי זיך. אױיפגעכאַפּט און אין איין

ט ײַ ב ע לע . :

אויגנבליק איז זי שוין געשטאַנען אָף די פיס. וי אַזױ דאָס איז געװאָרן --- געדענקען זיי ניט, נאָר מאָריץ האָט געהאַלטן טײַבעלען אין זײַנע אָרעמס און האָט איר װוי פאַרטומלט געזאָגט :

--- טײיערע, טײַעוע טײַבעלע ! איך האָב דיר שוין לאנג געװאַלט זאָנן, נאָר איך האָב מורא געהאט פאַר דײַנע שװאַרצע בייזע אוינן!..

און מיט די ווערטער האָט ער צונעדעקט מיט וײַנע הייסע קושן אירע אויגן, די ברעמען, דעם קאָפּ, די הענט,,. טײַבעלע האָט זיך ניט געפּרוװוט אױיסרײַסן פון זײַנע הענט ; זי האָט נאָר געזאָגט :

| --- שוין לאַנג, טײַערער מאָריץ 2,.. זאָג : שוין לאַנג, שוין לאַננ?...

11שץ

דרײַ טעג איז טײַבעלע נאָכדעם ארומגעגאננען צעטראָגן. זי האָט געשיקט צו מאָריצן אַזא צעמעלע:

,מײַן טײַערער ! װאַרט נאָך אַ טאָג און גיי ניט צו אונדז : איך ויפ ניט, איך קאָן ניט! איך װעל פארבוענט װערן פאַר שאַנד, װאָס איף האָב גענאַרט אונדזער איינציקן פריינט מיכאַי? און האָב אים נאָך ביו הײַנט נים אױסגעזאָגט מײַן גליק, הײַנט -- מאָרגן װועל איךף אים דער" ציילן, = װאַרט נאָך אַ טאָג, נאָך א טאָג, ביז איך וװועל דיר שרײַבן, דו זאָלסט קומען צו אונדז. איך ווי?ל דיך שוין זען !"...

אין יענעם אַוונט, זייגער צוועלף, אַז פעלדמאַן האָט זיך שוין גע" קליבן לייגן שלאָפן, האָט אים טײַבעלע אַ קלאַפּ געטאָן אין דער טיר. ער האָט זיך שטאַרק פארווחונדערט אַף איר שפּעטיקן וויזיט. טײיבעלע האָט זיך צוגעזעצט אַקעגן פעלדמאַנען מיט די ווערטער:

--- מיכאַיל, איך האָב אײַך איצט א ויכטיקע זאַך צו זאָגן : מײַן האַרץ, װאָס איז ביז אַהער פרײַ געוועזן, איז ניט לאַנג געװאָר געווארן פון אַ נײַם...

פעלדמאַן האָט ברייט אויפגעעפנט די אוינן, און טײַבעלע האָט װײַטער גערעדט, גלײַך און ריין :

--- איך האָב ביז אַהער ניט געװוסט, אַז ליבע איז אַזױ שטאַרק, אַז זי ווייסט ניט קיין גרענעץ, קיין שעמעוודיסייט.

פעלדמאן האָט געחערט נײַע ווערטער פון איר, און האָט זיך גע-

88 | ש ל ום על יכ טֿ קלערט : ,דאָס איז זי געקומען אויפדעקן איר האַרץ פאַר מיר און אויס- זאָגן, אַז זי ליבט מיך אויך, וי איך זי, שוין אַזױ פֿאַנג"...

--- מײין בעסטער פּרײַנט מיכאַי?! איך מוז אײַך דערציילן, ואָס מיט מיר האָט פּאַסירט די ל?עצטע טענ; איך האָב ליב מאָריץ זילבער- מאַן...

פעלדמאַן איז געװאָרן בלאַס, װוי די װאַנט, און האָט זיך געריבן איין האַנט אָן דער אַנדערער. ער האָט געװאָלט עפּעס זאָגן און האָט ניט געקאַנט. . . טײַבעלע האָט דאָס געזען און האָט װיַיטער גערעדט :

--- איך ווייס, אַז דאָס זעט באַ אײַך אויס קרום... מאָריץ אין ניט מײַן גלײַכן : ער איז אַ פּרינץ... נאָר װאָס זאָל איך אָבער טאָן מיט מײַן האַרץ ? קאָן איך דען זאָגן: ,שאַ, שװײַג שטיל?"? ניין, איך בין ניט שולדיק, איך האָב אים ליב אַזױ פיל, אַז מער קאָן מען שוין קײַן מענ- טשן ניט ליבן!.. | -- קינד, קינד! --- האָט איר פעלדמאַן געענטפערט. --- דו פאַר- ענטפערפט זיך אומזיסט ;: איך האָב שוין לאַנג אַרױסגעזען, אַז עס דאַרף גיך קומען די צײַט, ווען דײַן האַרץ װועט אויך אָנהייבן צן ריידן. אמת, איך האָב ניט געוװוסט אַף וועמען דײַנע אױגן קוקן.. (דאַ האָט זיך פעלדמאַן אַ ביט? פאַרהוסט). איך האָב ניט געװונסט, אַז דו האָסט פאַר דײַנע אויגן אַזאַ מענטשן, װאָס זײַן שיין געזיכט מיט זײַן געשטאַלט קאָן האַרמאָניזירן מיט אַזאַ פריילן, װוי דו..

טיינעלען זײַנען די ווערטער ניט נעפעלן. זי האָט אים איבערנע- שלאָגן : |

-- האָט קײַן פאַריב? ניט, מיכאַיל, איר ווילט מיר אַ פאָרװוּרף מאַכן, אַז איך האָב ליב געקריגן אַ שיין פּניםא- ‏ -

--- טײַבעלע! דו קענסט מיך ניט פון נעכטיקן טאָג; דו וייסט, אַז מיר איז אויך ליכטיקער צו זען פון דער װײַטנס, אַז די ליבנדע זי" נען ביידע שיין און יונג; עס איז אַנגענעם צו זען אַזאַ פײַן פּאָר, וי דו מיט מאָריץ זילבערמאַן... נאָר זאָג מיר, טײַבעלע, װאָס איך וועל באַ דיר פרעגן, און זאָלסט זיך ניט געפינען באַליײידיקט, װאָס איך מיש זיך אַרײַן אין אײַערע געשעפטן: צי קענסטו אים שוין גוט? צי האָט איר שוין גערעדט װאָס װײַטער װועט זײַן ? צי האָט איר זיך געפרעגט, וונהין דאָס װואַסער טראָגט אײַך ?...

ײַ בע 5 ע | 39

פעלדמאַן האָט נאָך לאַנג גערעדט איבער דעם ענין,. טײַבעלע האָט אים ניט געענטפערט; זי איז געזעסן אָנגעשפּאַרט אַף ביידע הענט און האָט ניט אַראָפּגעלאָזט קיין אוינ פון פעלדמאַנען, וועלכער אין ארום- גענאַנגען אַהין און צוריק שטאַרק צעטראָגן איבער אַ האַלבע שעה, אין וועלכער ניט פעלױמאַנן ניט טײַבעלע האָבן קיין װואָרט ניט גערעדט. ענדלעך איז פעלדמאַן צוגעגאַנגען צו איר, האָט אַרױפגעלײנט ביידע הענט אַף אירע אַקסלען און האָט איר געזאגט מיט אַ שטיל קול.

--- טײַבעלע ! דו ווייסט, אַז דו ביזט באַ מיר טײַער... וי אַ שוועס- טער, וי אַ קינד.., פאַרלאָז זיך אַף מיר, איך ווע? אײַך ביידע נוצלעך זײַן. נאָר דאָס בעט איך פון דיר: אויב, באהיט נאָט, אונדזערע מלענער וועלן ניט אויסגעפירט ווערן און עס װעט זיך ניט גוט אױסלאָזן -- זאָלסטו זיך דערמאַנען אָן דײַן איינציקן בעסטן פרײַנט, מיכאַי? פעלך- מאַן..,

111ש

די גרעסטע שרײַבער, פּאָעטן, פּסיכאַלאָגן האָבן לאַנג געהאָרעװועט איבערצוגעבן אף דעם פּאַפּיר די בעסטע מאַמענטן פון דער אמתער ליבע, נאָר דאָס קאָן נאָר פאַרשטײן דער, װאָס האָט אַליין ליב געהאָט און אין געווען געליבט, נאָר ניט אַלע גליקלעכע ליבנדע טרינקען אַלֶע גלײַך פון דעם זעלטענעם טײַערן װײַן : איינער פאַרזוכט דעם פאַרגעניגן אַ מו- נוט, איין אויגנבליק; דער אַנדערער געניסט עס זײַן גאַנץ לעבן. מאָריץ מיט טײַבעלען האָבן זיך געבאָדן אין דעם ליכטיקן ריינעם װאַסער צוויי יאָר. צוויי יאָר גליק ! צוויי יאָר כסדר זען אַלע טאָג דעם מענטשן, װאָס מיט אײין קוק, מיט איין וווּנק ווערן באַלײַכט אַלע פאַרבאָרגענע ווינקע-

לעך פון זײַן האַרצן, װאָס דערװעקט אונדוערע מענטשלעכע געפילן, / װאָס קאָן אונדזן איבעראַרבעטן אינגאַנצן, -- ליבער לעזען ! איר ווייסט, װאָס הייסט צוויי יאָר גליק 4.,. אין די צוויי יאר האָט עס מאָריצן װוײַט געבראַכט : פעלדמאַן האָט אים צונעגרייט אַרײַנצוטרעטן אין אוניווער* זיטעט ; טײַבעלע האָט נאָך בעסער געלערנט און האָט גערעכנט אין אַ / יאר אַרום אויך פאָרן לערנען אין דער שטאָט, װו מאָריץ וװועט זײַן וועלכע שיינע לופטשלעסער װאָבן זיך די גליקלעכע געבויט ! דאָס קינפ- טיקע גליק איז בא זיי שוין געווען באַשטימט. אַף דעם ערשטן בלאַט פון

40 ש לכו ם ע ל יכ ם

אונדזער דערציילונג האָבן מיר איבערגעלאָזט טײַבעלען ליגן אין בעט באַגאָסן מיט טרערן, אונדזערע לעזער ווילן שוין וויסן די אורזאַך, װאָס די איבערגליקלעכע טײַבעלע האָט געװיינט. מיר װעלן זיי באַלד דער קלערן :

גאָלדע זילבערמאַן איז קראַנק געװאָרן. די דאָקטױירים האָבן איר געהייסן פאָרן קיין קאַרלסבאַד. גאָלדע האָט געװאָלט מיטנעמען מאָריצן אויך קיין אױסלאַנד, נאָר ער האָט בשום אופן ניט געװאָלט פאָרן. פון קאַר?לסבאַד האָט אים גאָלדע געשיקט אַלע טאָג בריוו, אַז עס איז איר זייער שווער צו זײַן אַליין אין אַ פרעמד לאַנד, און ווען ניט די פאַמיליע נאָטקין,. מיט וועלכער זי האָט זיך באַקענט, װאָלט זי שוין לאַנג געקומען צוריק אַהים, ישראל נאָטקין איז געווען אַ רוסישער ייָד, זייער אַ רײַכער, און איז געקומען מיט דער גאַנצער פאַמיליע קיין קאַרלסבאַד אף דעם גאַנצן סעזאָן. גאָלדע האָט זיך גאָרניט געקאָנט אָפּלױבן פון דער פאַמי" ליע, באַזונדערס פון רב ישראלס טאָכטער, אַ מאַמזעל פון אַ יאָר צװאַנ- ציק, זייער אַ פיינע, אַ געבילדעטע און מיט אַלע מעלות. גאָלדעס בריוו זײַנען געווען פול מיט קאָמפּלימענטן אף דער מאַמזעל נאָטקין, וועלבע האָט נאָך פופציק טויזנט רוב? נדן... זי האָט זיך געווונטשן, אַז גאָט זאָל איר צושיקן אַזאַ שנור... מאָריץ האָט זיך אױסגעלאַכט אֵף אַלע אירע בריוו, און האָט זיי געוויזן טײַבעלען און פעלדמאַנען. ענדלעך האָט ער דערהאַלטן פון דער מוטער אַ בריוו, אין וועלכן זי מיט דער גאַנצער פאַד מיליע נאָטקין בעטן אים, ער זאָל זיך דורכפאָרן קיין קאַרלסבאַד. אֶט דאָס אין געווען דער בריוו, װאָס מאָריץ האָט געוויזן טײַבעלען, און דורך דעם האָט זיך באַ זיי פאַרבונדן דער שמועס, װאָס איז שוין באַקאַנם אונדזערע לעזער פון דעם ערשטן קאַפּיטל? פון אוּנדזער דערציילונג. אַז מאָריץ אין אַװעקגעגאַנגען, איז פעלרמאַן געקומען און האָט געטראָפן טײַבעלען אִין טרערן. האָט ער באַלד פאַרשטאַנען, אַז עס איז שוין עפּעס אַ נײַס געשען באַ די ליבנדע. ער האָט זיך צוגעזעצט צו איר און האָט געװואַרט, װאָס װעט זי זאָגן.

--- מיכאַיל, איר ווילט וויסן, װאָס איך וויין ? גלויבט מיר, מײַן פרײַינט, אַז איך ווייס אַלין ניט, צי איז דאָס פאַר פרייד, צי פאַר צרות ?... מאָריץ איז דאָ ערשט געווען... אַך, מיכאַיל?, איר זאָלט געווען זען, הערן,

ט ײַ בע לע : | 41

וי ער האָט גערעדט !... ער האָט געװאָלט שיקן אַ דעפּעשע קיין קאַרלס" | באַד, אַז די מוטער זאָל קומען... .

--- װאָס דאַרף ער די מאַמע? --- האָט זי פעלדמאַן מיט אַ שטאָך געפרעגט,

טײַבעלע איז פאַר כעס אונטערגעשפּרונגען אף דעם בעט:

--- וואָס דאַרף ער די מאַמע ?,.. מיכאַי?, איר זײַט צו מאָריצן צו שטרענג : זי איז דאָך פארט אַ מוטער! זי דאַרף דאָך וויסן, װאָס איר איינציקער זון טוט ! זי איז אַ מוטער|ן..

--- קינד מוינס ! -- האָט איר פעלדמאַן שטיל געענטפערט -- דו גיסט איצט צעטראָנן, װוייסטו נישט ווער עס זאָגט גלײַך -- איך, צי דו...

טיַבעלע האָט זיך נאָך ערנער צערייצט,

--- איך בין צעטואָגן? רעכט!.. נו, זאַנטיזשע איר בעסער, או איר קאַנט און ווייסט!

טײַבעלע האָט זיך ווידער באַגאָסן מיט טרערן. פעלדמאן האָט זי אײַנגעשטילט, אײַנגענומען, װי אַ קליין קינד; ער האָט זי אַרומגענומען און צוגעצויגן צו זיך. טײַבעלע האָט אָנגעהויבן שטילער ווערן, און אין עטלעכע מינוט אַרום איז זי שוין װײַטער געווען מונטער, װי אַלע מאָל, זי האָט זיך אָפּגעװאַשן, אָנגעטאָן, גערעדט, געשפּעט און געלאַכט, אֵף דעם קאָפּ האָט זי אָנגעטאָן אַ קרענצ? פון רויזן, װאָס מאָריץ האָט איר געשענקט פון זײַן נאָרטן ; די אויגן האָבן איר געברענט, וי צוויי ברי- ליאַנטן באַם ליכט. פעלדמאַן האָט אָנגעקװאָלן פון איר. ער האָט איר עפּעס געװאָלט זאָגן, נאָר אין מיטן האָט זיך אויפגעעפנט די טיר און עס איז אַרײַנגעקומען מאָריץ, ער איז געווען אָנגעטאָן רײַזע-פערטיק.. טײַבעלע האָט געפילט, אַז עס האָט זיך איר אָפּגעריסן דאָס האַרץ; זי אין געבליבן שטיין אף אַן אָרט, בלאָס וי דער טויט, און האָט ניט געי קאָנט אויסריידן קיין װאָרט. מאָריץ איז צוגעגאנגען צו איר. פעלרמאן האָט אים נעבעטן זיצן. ער האָט זיך געכאַפּט און געזאָגט :

--- טײַבעלע, מיכאַיל, זײַט געזונט: איך פאָר קיין קאַרלסבאַד... אָט ערשט האָב איך דערהאַלטן אַ דעפּעשע : די מאַמע איז שטאַרק שלאַף: מען רופט מיך אַהין... איך װעל אײַך אַלע טאָג שרײַבן בריוו... איך ווע? גיך קומען צוריק.. טײַבעלע! איך ועל ריידן מיט איר וועגן אונדו.. זײַט געזונט, מײַנע טײַערע...

42 ש 5 ום ע 9 יכ מ

פעלדמאַן האָט געזען, אַן טײַבעלע שטייט קוים אף די פיס. ער איז צוגעגאַנגען צו איר און האָט איר שטי? געזאָגט ;

--- טײיבעלע ! ואָס איו מיט דיר..

-- האַ ? איך ? גאָרניט !.,. דו פאָרסט ?,,. איר פאָרט 3..3 -- האָט טײַבעלע געזאָגט און האָט אַרױפגעצױגן א פריילעכע מאַסקע אַפן פּנים,

--- נו, פארט געזונד ! --- האָט אים פעלדמאַן געזאָגט. --- און פאַר- געסט אונדז נים -- פאר צרות, אָדער פאַר פרייד...

ער האָט אָפּגעזוכט דאָס היטל און איז אַרױסגעגאַנגען פון שטוב, בכדי די ליבנדע זאָלן זיך קאָנען געזעגענען אָן אַ דריטן. אַז מאָריץ אין איבערגעבליבן אַליין מיט טײַבעלען, האָט ער איר געװאָלט פאַלן אַפן האַלדז; זי האָט אים אָבער אָפּגעהאַלטן.

--- מאָריץ,.. דאָ ניט, דאָס דאַרף מען ניט... טײַערער, איך וועל דיך מאָרגן ניט זען ? און איבערמאָרגן אויך ניט ? און אפשר קיינמאָל ניט 1..,

--- טײַבעלע ! װאָס רעדסטו? איך װעל דיך גיך, גיך זען..

--- מאָריץ ! דו ווייפט; איך בין דײַנע, דיינע, מאָריץן..

--- דו ביסט מײַנע, מײַנע אַף אײיביק ! טײַבעלע, איך װועל דיך ניט פאַרגעסן אַף אַ מינוט {..,

ער האָט זיך געצויגן צו איר און האָט זי געװאָלט אַרומנעמען; זי האָט אים לײַכט אָפּנעשטױסן פון זיך.

--- ניין, מאָריץ, ניט דאָס, ניט דאָס... גיב מיר דײַן האַנט, אָט אַזױ, און שווער מיר באַ מײַן נאָמען, דו הערסט? ב אַ מ ײַ ן נאָמען אַז װאָס עס זאָל זיך ניט מאַכן מיט דיר, זאָלסטו מיר שרײַבן... רעכט ?

-- רעכט {.,, |

פעלדמאַן איז אַרײַנגעקומען מיט אַ פריילעכער מינע:

-- נו, שוין ? גענוג אָנגערעדט זיך? הא ? הײַנט לאָזט מיך אויך אַביס? ריירן מיט אײַך, ברומענדיקע טײַבעלעך, אויסלענדישע פייגע- לעך! טײַבעלע! שטע? אויף דעם סאַמאַװאַר: עס איז נאָך פרי צום פּאָיעזד, און מיר וועלן דערװײַל אַביס? שמועסן פון אונדוערע אינ- טערעסן..,

מיט די ווערטער האָט ער אַרײַנגעפירט סאָריצן צו זיך אין צימער /און האָט זיך מיט אים פאַרשלאָסן.

ט ײַ בכ ע ? ע 40

.--- נו, מאָריץ, הײַנט פמוזן מיר ריידן אַביס? אָפענער.. מע רופט אײַך אַרוױס אַהין מיט אַ דעפּעש, אַז אײַער מוטער אין שלאַה? עס אין אַ ליגנן! מע רופט אײַך צו דער מאַמזעל נאָטקין: איר זײַט אַ בןדיחיד, איער מוטער איז רײַך, איר זײַט אַ ווינאָדנער חתן.. געלט גייט צו געלט..

--- מיכאַי? ! װאָס רעדט איר! איר סיינט, איך בין דערועלבער מאָריץ, װאָס טריער מיט דרײַ יאָךר ? |

--- א 1.,, איך ווייס, איך ויים ,. איך קען אָבער אײַער ווייף . האַרץ, איער שואַכן כאראקטער,.. אײער מוטערס טרערן וװעלן אַה אײַך ווירקן . . . מיר זײַנען װײַט, און ווער ווייס, װאָס פאַר אַ פאַניכריה די מאַמזעל? נאָטקין איז דאָרט ! איר זײַט נאָך צו ונג..

--- פַּאַד וועמען רעכנם איר סיך ?4 איךף וע? פֿאַרבײַטן טײַבעלען אַה... מיכאי? ! איר באליידיקט מיך. ‏ . איר ווייסט מיַין ציל...

--- מאָריץ ! אויב איר געפינט זיך באליידיקט פון מײַנע ווערטער, בעט איך אייך מיר מוח? זײַן. נאָר איר דאַרפט פֿאַרשטיין מיט װועמען איר רעד ; איר רערט מיט אַן עלנטן מענטשן, װאָס זײַן אומגליקלעך מזל האָט אים אָפּגעריסן פון דער פאַמיליע, פון פרײינט, פון באקאנטע, כמעט פון אונדזער גאַנצער נאַציע, און ער האָט אַרױסגעצוין, גאָט ווייס פון וועלכע הענט, אַ פרעמד עלנט קינד און האָט זי צוגעבונדן צו זיך, און איז אַלֵיין צו איר צוגעבונדן געװאָרן... סײַן לעכן איז שוין צוזאַמענגעװאַקסן מיט איר לעבן... אײַך ליבס זי גאָר אָן אַ ברעג!.. אַזן מיט אײַך װועט חלילח עפּעס פּאַסירן, הרגעט איר זי אַװעק, און מיךף דאָסגלײַכן . . . איר ווייסט ? איר ווייסט ? איך האָב אמאָל געהאפט, אַז מײַן ליכע צו איר (צו װאָס זאָל איך לייקענען 4) וועט אפשר דערוועקן אין איר הארץ אַזא געפיל, וי צו אײַך איצט.. נאָר איך האָב שלעכט גערעכנט,.. װוי קומט דאָס צו פיר ?1,,. איך בין דערמיט געווען צופרידן,. װאָס זי איז ביו אַהער אַזױ גליקלעך געווען מיט אײַך. איר לאָזט זי מיר הײַנט איבער אין אַ געמערלעכער לאַגע... געדענקט, מאָדיץ אײַער טײַבעלען -- זי אין אינואַנצן אײַ ערע: איר זײַט דער אויטגע: קליבענער...

|מאָריץ האָט געוויינט, װי אַ קליין קינד. דאָס האַרץ אין אים שיעד צעריסן געװאָרן אַף שטיקער. ער האָט נישט געקאַנט אויסריידן

44 שׁ לום ע 5יכ ם קייַן איינציק װאָרט. ער האָט געכאַפּט פעלדמאַנען באַ ביידע הענט און האָט זיי געקושט,,. פעלדמאַן האָט געפּינטלט מיט זײַנע גרויע אויגן און האָט געריבן צינד-העלצלעך, וועלכע האָבן זיך אַלץ פאַרלאָשן... ער האָט פאַררויכערט אַ צינאַר און האָט געזאָגט;. |

--- נו, גענוג, גענוג שוין, זילבערמאַן! װוישט זיך אִפּ דאָס פּנים ‏ און זײַט אַ מאַנספּערואָן !

דאָס טיי-טדינקען אין איבערגעגאַנגען נישקשה. פעלדמאַן האָט געזאָגט ווערטלעך, דערציילט אַנעקדאָטן. אַלע האָבן געלאַכט. ער האָט מורא געהאַט, אַז טײַבעלע זאָל ניט מאַכן קיין סצענע אין די לעצ טע מינוטן, פאַר מאָריצעס אָפּרײַזע. וי פאַרװוּנדערט איז ער אָבער געוועזן, אַז בשעת מאָריץ אין אויפנעשטאַנען צו פאָרן, איז טײַבעלע זייער פריילעך געווען! איר געלעכטער האָט נאָך קיינמאָל אַװי ניט געקלונגען, װוי אין די מינוטן; זי האָט שוין צופי? געלאַכט און גערעדט.. פעלדמאַן האָט פאַרשטאַנען, װאָס דאָס געלעכטער האָט געקאָסט; דאָס האַרץ האָט זיך אים צוזאמענגעצויגן פאַר ווייטיק... נאָך אַ מאָל אַדיע, נאָך א מאָל אַדיע... אָט זײַנען שוין די פערד... ער זיצט שוין אין װאָגן . . . דער קוטשער האָט אַ קנאַק געטאָן מיט דער לאַנגער בײַטש. די פערד האָבן אַ ריס געטאָן דעם װאָגן, און ער איז פאַרפאַלן געװאָרן אין דעם געדיכטן שטויב פון די גאַסן, װאָס פירן צום װאָקזאַל. נאָר אַ ווײַס טיכעלע האָט זיך געזען אין דער הייך. דאָס פּאָסטגלעקל האָט נאָך געקלונגען עטלעכע מינוט אַלע מאָל שטילער, ביזן עס האָט זיך גאָר | פאַרלוירן אין דער װײַטער לופט, װוּ די זון האָט זיך אַראָפּגעלאָזט, וי אין װאַסער אַרײַן,.. שטיל און פיידיק איז געװאָרן באַ פעלדמאַנען אין שטוב. שטי? און ליידיק באַ טײַבעלען אין האַרצן..

1

ליבער לעזער ! מיר וועלן אײַך ניט פירן קייַן קאַרלסבאַד זען, װאָס טוט דאָרט אונדזער העלד, מאָריץ זילבערמאַן. ער איז דאָס ערשטע . מאָל אַף זײַן לעבן אַרױסנעפאָרן אַף דער וועלט. פון יעדער סטאַנציע, פון יעדן װאָקזאַל זײַנען געגאַנגען פון אים הייסע בריוו צו טײַבעלע. אַז ער איז אַריבער די גרענעץ, האָט זיך פאַר אים געעפנט אַ נײַע וועלט.

ט ײַ בע | 29 ער האָט זיי צוגעזאָגט אַלצדינג צוֹ שרײַבן, און. ער האָט זײַן װאָרט געהאַלטן,. נאָר פּלוצים איז זײַן קאָרעספּאַנדענציע איבערגעריסן גע- װאָרן. מיר דאַרפן ניט דערציילן, װאָס פאַר אַ שמערצן דאָס האָט צונע- טיילט דער אָרעמער טײַבעלע. איר קאָפּ האָט גענוג איבערנעטראכט! פעלדמאן האָס מורא געהאַט צו ריידן דערפון מיט איר: ער האָט געזען, אַז זי צאַנגט, װי אַ ליכט. און אַזױ זײַנען איבערגעגאַננען צוויי חדשים, וועלכע האָבן זיך איר אויסגעוויזן װי צוויי יאָר, ביז דער פּאָסט- טרעגער האָט איר איינמאָל געבראַכט א גרויסן בריוו. דער שטעמפּס איז געווען פון קארלסבאַד. זי האָט באַלד דערקענט זײַן האַנטשריפט אַ דעם קאָנװערט. די הענט האָבן איר געציטערט: זי האָט קוים אויפגעריסן דעם קאָנװערט. פיר מאָל האָט זי אָנגעהויבן צו לעון דעם בריוו און האָט ניט פאַרשטאַנען קיין װאָרט.. . אָט דאָס האָט איר מאָ- ריץ געשריבן :

,;טײַערע טײַבעלע ! איך בין ניט װערט, אַז דײַנע הענט זאָלן האַלטן מײַן בריוו און דײַנע שיינע אויגן זאָלן קוקן אַף מײַן שריפט, וועלבכע גיט דיר איבער מײַנע ווערטער ניט מיט טינט אַף פּאַפּיר, נאָך מיט מײַן בלוט אַף מײַן אייגענער פעל, פאַרענטפערן זיך פאַר זיר --- װאָלט געווען די גרעסטע מערדערײַ מיט דער גרעסטער נידערי- קייט פון מײַן זײַם, נאָר איך בעט דיך (דאָס לעצטע מאָל) אויסהערן דײַן סאָריצן, וואָס איז בא דיר אַמאָל געווען אַזױ טײַער! וװים, טײַערע טײַבעלע, אַז מאָריץ אין געפאַלן, אַז מאָריץ איז איצט דער אומגליקלעכסטער אֵַף דער גאַנצער װעלט! װאָס האָט איר מיך גע- לאָזט אַליין אַה דעם װאַסער ? איך זאָג דאָס דיר און אונדוער טײַערן מיכאַיל. ‏ װאָס האָט איר מיך מפקיר געווען? איר האָט דען ניט גט- | װוּסם, אַז שווימען אין דעם סיפן ים איז זייער א געפערלעכע זאַך פאַר דעם מענטשן, װאָס איז ניט געווינט צו די גרויסע כואליעס? צום אָנפאַנג, אַז איך בין נאָך באַ דעם ברעג געשווומען, איז מיר זייער אָנגענעם געווען צו קוקן, װי די בייזע װוינטן פּליעסקען דעם ים, זיי האָבן מיך געטראָגן װײַטער און װײַטער.,. איך האָב געפּרוווט אַמאָל אַרומקוקן זיך אף דעם שטיק וועג, װאָס איך האָב שוין אָפּנעשװומען, האָב איך שוין ניט געקאַנט אָפּווכן מיט די אויגן דאָס, װאָס איך האָב געװאָלט : איר האָט אויסגעוויזן וי צוויי ליכטיקע פּינטעלעך, וי צויי גלאַנצנדיקע

20 ש לום ע 9 יב ם

שטערן אף דעם טונקעלן ווײַטן הימל, און נאָכדעם זײַנען די צוויי פּינ- טעלעך אויך פאַרשוווּנדן געװאָרן... איך זוך איצט באַ זיך אין קאָפּ און קאָן גאָר זיך ניט דערמאָנען, װוּ און ווען בין איך געפאַלן... איך געדענק נאָר דער מוטערס טרערן, די ערשטע באַקאַנטשאַפּט מיט דער פאַמיליע נאָטקין, מיט זייער טאָכטער, און נאָכדעם זייערע וויזיטן צו אונדז, און מיינע וויזיטן צו זיי, אונדזערע שפּאַציר-גענג אין דעם שיינעם גאַרטן, אונדזער פאָרן אַף דער שיף, קלאַראַס (אַזױ רופט מען זייער טאָכטער) בלאַנדע האָר, בלויע אויגן, הויכע געשטאַלט, און איר שטאַרקע שטימע... צו דעם צווייטן וויזיט באַ זיי האָט מען מיך געבעטן שפּילן פּיאַנאָ. איך האָב געשפּילט שובערטס אַ מעלאָדיע, און קלאַראַ האָט מיר אַקאָמפּאַנירט. דער רעזאָנאַנס פון דעם זאָל איז געווען גרויס און ברייט, און עס האָבן זיך אַ גאָס געטאָן אַזעלכע פאַרשיידענע, ווייכע, קלינגענדיקע, װאַרעמע טענער, אַזאַ זעלטענע האַרמאָניע !!,.. איך האָב אויפגעהויבן אף איר די אוינן, איז זי וי אױיסגעװאַקסן אף א גאַנצן אַרשין, און זי האָט סיר אויסגעוויזן אַזױ שיין און ריין, זוי אַ מלאך... אין מײַן האַרץ האָט זיך אָנגעצונדן אַ פײַער, װאָס האָט אין מיר געברענט, און איך. האָב מורא געהאַט צוצוגיין צו איר, אַזאַ פּרווו האָב איך געליטן אַלע טאָג ! זי האָט מיך געמוטשעט מיט איר קו?, און עס איז מיר ליב געווען צו מוטשען זיך, אַבי נאָך און נאָך הערן איר געזאַנג... עס װײַזט אוים, אַז זי האָט גע- װווסט װאָס מיט מיר טוט זיך, כאָטש איך האָב מיט איר דערפון ניט נערעדט, איינמאָל איז זי געווען באַ אונדז. מײַן מוטער איז געווען אין גאָרטן, און קלאַראַ איז געזעסן מיט מיר. איך בין געווען שטאַרק פאַר" זאָרגט און פאַרטראַכט. זי האָט מיך געפרעגט די אורזאַך. איך האָב איר ניט געװאָלט ענטפערן, איז זי אויפגעשטאַנען און אָנגעהויבן זינגען אַ מעלאָדיע, בין איך וי באַטױבט געװאָרן... מײַן פאַנטאַזיע האָט מיך פאַר- טראָגן ווײַט! איך האָב זי גערעכנט העכער פון אַ מענטש -- איך בין אַנידערגעפאַלן פאַר איר !... איך געדענק נים, ווען און װי אַזױ איך בין געשטאַנען מיט קלאַראַן אונטער דער חופּה... דער פּרעדיקער האָט אַ רעדע געהאַלטן, זײַנע ווערטער האָבן מיר לאַנג געקלונגען אין די אויערן, און עס האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אַז ער זאָגט מיר: ,געדענק װאָס דו טוסט"!... מײַן מוטער האָט געוויינט פאַר פרייד, און קלאַראַ האָט מיך געפרעגט, װאָס קלאַפּט באַ מיר דאָס האַרץ... טײַבעלע! איך בין אום"

טײַ בע |צי

גליקלעך: דיך האָב איך אָנגעװאָרן, פאַרלאָרן אף אײיביק; זיך האָב איך פאַרקויפט אַ פרעמדער... זי איז װוײַט פון מיר, װוי דער חימ? פון דער ערד... מײַן צי? קאָן איך שוין איצט ניט דערגרייכן: איך געהער הײַנט ניט זיך אַלֵיין; איך בין אַ קנעכט.., איך האָב שוין מײַן ראָלע אָפּגעשפּילט גאַנץ קאָמיש ! דער גרויסער זינדיקער קאָן מיט חרטה און מיט גוטע ווערק נײַ געבאָרן ווערן, אָבער נים אַזאַ ;װואָרעם? װוי איך,.. טײַבעלע ! מיכאי?! פאַרגעסט אָן מיר;: איך בין ניט װערט, איר זאָלט מיך גע- דענקען ! זײַט גליקלעך, ביידע צװאַמען!.."

4

פעלדמאַן איז נאָרװאָס אַװעקגענאַנגען אֵף זײַנע שטונדן בעת טי" בעלע האָט דערהאַלטן דעם שיינעם בריוו פון קאַרלסנאַד, אַז זי האָט נע- ענדיקט דעם בריוו צו לייענען איז זי געבליבן זיצן א קליינע צײַט וי א פאַרשטיינערטע. אירע אויגן האָבן אַ וויילע אָנגעװאָרן דעם גלאנץ. נאָב- דעם איז זי אויפגעשטאַנען, האָט אַ װאָרף געטאָן מיט דעם קאָפּ און האָט אָנגעהויבן אַרומצוגיין איבער דער שטוב פון איין ווינקעלע צום אַנדערן, צונויפגעלייגט די הענט אף דעם האַרצן; די אויגן האָבן אָנגעהוֹיבן צו כאַקומען זייער פריערדיקן גלאַנץ, איר געזיכט איז ליכטיקער געװאָרן, דאָס הארץ האָט איר שטאַרט געקלאַפּט, דער קאָפּ האָט באַ איר געארבעט, זי האָט אָפּגעזוכט א בייגעלע פּאָסט-פּאַפִּיר און האָט זיך געזעצט שרייבן. עס האָט געדויערט א האַלבע שעח. זי האָט צונויפגעליינט דאָס ביינעלע פּאַפֿיד מיט מאָריצס בריוו און האָט זיי אין אַ קאַנווערט אַנידערגעליינט אפן טיש, זי האָט אויפגעעפנט איר קעסטל, האָט אַרוסנענומען פון דאָרטן אַלֶע אירע זאַכן און האָט זיי איינגעפאַקט אין אַ קליין רײַזע-זעקל, האָט אַחין אַרײינגעלײינט פעלדמאַנס פאַרטרעט און האָט איבערגעציילט איר געלט, װאָס זי האָט צונויטגעקליבן פוֹן אירע שטונדן, דאָרט איז גע- |;ווען חונדערט און צװאַנציק רוב?. זי האָט זיך אַביס? צוגעזעצט און האָט באַטראַכט די שטוב, װוּ זי איז אויפגעצויגן געװאָרן. נאָכדעם איז זי אַרײַנגעגאַננען צו פעלדמאנען אין צימער האָט זיך אָנגעבויגן צו זײַן 'בעט? און האָט אַ קוש געטאַן דאָס סישעלע.. זי האָט צונעשלאָסן די שטוב, אויפגעהאננען דעם שלים? און איז מיט דעם רײַזעזעקל? אין די הענט אַװעקגעגאַננען אַף דער פּאַסט-סטאַנציע, אין א האלבע שעה

48 ש 5ום ע 9 יב ם

אַרום איז זי שוין געזעסן אין אַ וועגעלע, וועלכע האָט זי געטראָגן צום װאָקזאַל, און דאָ האָבן מיר זי שוין פאַרלוירן אין דער מאַסע פּאַסאַ- זשירן, װאָס האָבן געװוארט אַף דעם פּאִיעזד פון אָדעסער ליניע.

דאָס איז דער בריוו, װאָס טײַבעלע האָט געשריבן פּעלדמאַנען:

! ,אַז איר װועט דערהאַלטן מײַן בריוו, װעל איך שוין זײַן אין וועג. איך בעט אײַך, איר זאָלט מיך ניט נאָכיאָגן. איך װאָלְט גאר ניט באַי דאַרפט אַנטלױפן און װאָלט געקאַנט אַזױ אַװעקפאָרן: איך בין פרײי, און קיינער קאָן מיר מײַן פרײַהייט ניט שטערן! נאָר איך האָב ניט געװאָלט זען, װוי מײַן טײַערער, ערלעכער, גוטער מיכאַיל װעט באַגלײטן זײַן נאַרישע טײַבעלע, וועלכע ער האָט ערשט ניט לאַנג אויפגעהויבן פון דער גאָס פון מיסט,,. לייענט איבער זיין בריו, װועט איר זען, אַז קיין אַנדער פּלאַן איז פאַר מיר ניטאָ. זיך אַליין דאָס לעבן נעמען איז די גרעסטע נאַרישקייט ; דאָס דאַרף נאָר טאָן דער מענטש װאָס פאַרשטייט ניט, צו װאָס ער לעבט אַף דער וועלט, אָדער דער גרויסער עגאָויסט, אַז. עס גייט אים ניט אַזױ װי ער וויל, ווערט ער ברונז און שיסט זיך. איך וויים, אַז איך בין אַ מענטש (אַ פרוי --- אַלץ איינם), קאָן איך נוצלעך זײַן און עפּעס געבן דער וועלט אַ חוץ ליבע. -- איך ווייס, איך על אײַך פיל שמערצן מאַכן מיט מײַן אַנטלױפן פון אײַך: איך געדענק אײַערע ווערטער, װאָס איר האָט מיר געזאָגט פריער מיט צוויי יאָר,,, /איך ווייס, אַז איך װאָלט געקאַנט אײַער לעבן גליקלעך מאַכן אַף אייביק, און אפשר (ווער ווייס ?) זיך זעלבסט. . . נאָר איך רעכן אײַך דערויף צו הויך און זיך צו קליין, אַז איך האָב געקאַנט האַלטן פאַר אַ גאָט אַזאַ קליין מענטשעלע, וי מאָריץ זילבערמאַן... איך זאָג ניט, אַז איך קאָן צו אײַך ניט גרייכן. איך פי? אָבער אין זיך פיל קראַפט צו דערגרייכן עטװאָס וויכטיקערס, גרעסערס און מער נוצלעכעס פאַר דער וועלט -- און איך וועל דאָס געוויס דערגרייכן, װוי ? איך יל ד אַ ס !... איר מיינט, אַז מײַן באַשלוס איז אין איין רגע געװאָרן + ניין, טײַערער מיכאַיל ! זינט ער איז אַװעקגעפאָרן פֿון אונדז (געדענקט איר +) האָב איך נגעפילט, אַז מײַן האַרץ ברעקלט זיך אַפּ שטיקלעך, און עס ווערט דאָרט וי ליידיק... װאָס מײַן קאָפּ האָטס איבערגעאַרבעט אין די לעצטע צוויי מאָנאַטן --- בין איך ניט אימשטאַנד אײַך איבערצוגעבן, | און דאָס, װאָס איך האָב באַקלערט, איז באַשטימט, און אַזוֹױ דאַרף זײַן

טײַ בע לע | י 29

-- ניט אַנדערש! אפשר װעלן מיר זיך נאָך אַמאָל זען בא אַנדערע אומשטענדן,, װער ווייס ? דערװײַל בעט איך אײַך, טײַערער מיבאַילֿ, מיך ניט צו זוכן און ניט נאָכצופרעגן זיך אַף מיר. מײַן ליבע האָט מיר געגעבן אַ גוטע לעקציע !... אײַך װעל איך געדענקען, וי אַ מלאך, װאָס האָט מיך פון דער בלאָטע אַרױסגעשלעפּט און האָט מיך צו מײַן מענטש- לעכקייט אומגעקערם און מיר די פּרײַהייט געגעבן... איך בעט, מיך צום שלעכטן נים צו דערמאָנען, און די גרעסטע מתנה פון אײַך וועט בא מיר זײַן, אַז איר וװועט דאָס צום האַרצן ניט נעמען און ניט וויינען אַף דעם אומנליק פון אײַער טײַבעלע, װאָס גלויבט אין זיך און האָפט אֵף זיך אַלֵיין... מיר דאַרפן זיך צעגיין שטי?, אַזױ וי מיר האָבן זיך באַקאנט שטיל,,,?

פעלדמאַן איז היינט אין ח., אין דער אוניווערזיטעט, אַף דעם פערטן קורס. ניט לאַנג איז ער געווען אין קיַעוו און האָט זיך באַגעגנט אַף קרעשטשאַטיק מיט אַ רײַך געקליידעטן יונגנמאן, געאָרעמט מיט אַ הוי- כער יונגער פרוי. זיי זײַנען אַרױסגענאַנגען פון דעם שענסטן גאַסטהױז -- ,נראַנד האַטעל",

דאָס איז געווען מאָריץ זילבערמאַן מיט זײַן פרוי קלארא.

--- מיכאַיל ! --- האָט מאָריץ אויסגעשריען און האָט זיך אויסגעריסן פון דער דאַמע. פעלדמאַן איז צוגענאַנגען און האָט אויפגעהויבן זײַנע גרויע אויגן אַפ מאָריצן : ער האָט אים ניט דערקענט.

--- מיכאַי? !... װאָס מאַכט איר? שון פינף יאָר!.. װוּ אין טײַבעלע {...

פעלדמאַן האָם אַ זאָג געטאָן: ,אַאַדאַ !2,. ער האָט זיך גאַנץ העפלעך געוויטעם מים מאָריצן, האָט אַ קוק געטאָן אה קלאראן און אין אַװעקגעגאַנגען װײַטער. קלאַראַ האָט מיט אַ גרימאַסע געפרעגט מאָריצן אַף פראַנצויזיש :

*? מונקט1081-2 66 086 1טס --- מאָריץ האָם איר גאָרניט געענטפערט; ער אי געשטאַנען מיט

אַ פאַרפינצטערטן געזיכט און האָט נאַכגעקוקט פעלדמאַנס טריט.,. קלארא האָט זיך אָנגעבלאָזן אַף אים, און אַז זיי זײַנען געקומען אַהים, האָט זי אים געמאַכט אַ סצענע.

װער איז דער גראַביאַן 3

80 ש לום ע ליכ ם

גאָלדע איז געשטאָרבן און האָט איבערגעלאָזט מאָריצן אַ היבש קאַפּיטאַל, ער האָט געעפנט אַ קאַנטאָר און אַ דער טאַבעלע איז אוים- געצייכנט : ;זילבערמאַן, נאָטקין עט קאָמפּאַניע?. -- צי איז ער גליק- לעך? -- דאָס איז אַזאַ פראַגע, װאָס מיר נעמען זיך ניט אונטער צו ענטפערן אַף איר.

און טײַבעלע? --- מיר בעטן אונדזערע לעזער ניט צו זאָרגן פאַר איר : אַזעלכע וי זי ווערן ניט פאַרפאַלן א דער װעלט. עס קאָן זײַן, אונדזערע לעזער וועלן זיך באַגעגענען מיט איר אין גיכן; נאָר. דער" װײַל גייט טײַבעלע שטיל אַראָפּ פון דער סצענע, אַזױ װי זי איז אַרױם- געגאַנגען אף איר. עס מאַכט זיך אָפּטמאָל, אַ שטערן גלאַנצט ליכטיקער און שענער פון אַלֶע שטערן אין הימ?ל; ער לײַבט אַלע מאָל גלײַך: אי אין אֶוונט, ווען ער באַװײַזט זיך נאָר אַפ דעם הימל, אי צום פרי" מאָרגן, ווען ער דאַרף זיך באַהאַלטן... /

קינדעו שפיל

:

אל ללה

יי 5,

4 :

קינדער- שפיל דאָס ערשטע קאַפּיטל

אין הדר

אין די יונגע יאָרן זיינען זיי געווען די בעסטע נוטע ברידער: אין איין חדר געלערנט, געהאַָט גלײַכע פעיקייטן, גלײַכע יאָרן, און האָבן ביידע ניט געװאָלט לערנען. דער חילוק צוװוישן זיי, װאָס איינער איז געווען גראָב און קײַלעכדיק וי אַן אַרבז, שרעקלעך פיל, תמיר פאַרזאָרגט, תמיד פאַרװויינט און אַ גרויסער פרעסער, אַ נאַשער, --- דער- פאַר האָט מען אים אין חדר אַ נאָמען געגעבן ,קוואשע?; דער אַנדערער איז געווען פּונקט דער היפּך: אַ לאַנגער און אַ דאַרער, אַ לעבעדיקער און אַ פריילעכער, אַ פליער און אַ טענצער, אַ סמיעליאַק און אַ כיטרע יונגאַטש, אַ רירעוודיקער און אַ קרעפטיקער, אַזױ אז קיינער האָט אים נישט געקאַנט בײַקומען, און דער גאַנצער חדר האָט פאַר אים דרך-ארץ געהאט : װאָס ער האָט געזאָגט, איז געווען געזאָגט, און װאָס ער האָט געװאָלט, האָט ער געטאָן. גערופן האָט מען אים , מאָטל-מזיק",

מאיר-קוואַשע און. מאָטל-מזיק זיינען נגעווען די ערגסטע תלמידים באַ רב יוסי דעמבענער אין חדר. רב יוסי פלעגט זיי הרגענען צען מאָלֿ אַ טאָג, כרעכן די ביינער מיט אַ שטעקן, אָדער קאַטעוװען מיט אַ פֹּאַ- דעשווע, נאָר וויפיל מע האָט זיי ניט געשלאָגן אין קאָפּ אַרײַן, האָט זיך צו זיי די גמרא געקלעפּט, וי אַן אַרבעס צו דער װאַנט! געקומען דער ;דאָנערשטיק", האָבן זיי זיך שוין געריכט אף אַ מפּלה: אָט נייט רב יוסי דעמבענער פון קלויז מיט דעם טלית-ותפילין אונטערן אָרעם.., זײַן גראָבע נאָז מיט די גריבלעך, זײַן אויסגעפליקטע באָרד, זײַן בעלמעװאטע

04 | ש 5ום ע 5 יכ ם

אויג מיט זײַן גאַנצער ,אָסאָבע?" װאַרפן אַף אַלעמען אַ שרעקלעכע מרה- שחורה : עס ווערט פאַרקילט אינעווייניק. דער גרעסטער חריף קאָן פאַר- געסן, װוי מען רופט אים, בשעת עס טוט אַף אים אַ קוק רב יוסי דעמבע- נערס בעלמעװאַטע אויג,

--- נעמט די גמראס !

די קינדער נעמען די גמראס, דאָס האַרץ קלאַפּט און די קניען צי- טערן. זיי מישן-אויף. דער רבי צעשאָקלט זיך און זאָגט ;

-- נאָדאָ!

זיי הוסטן זיך אויס, וי די סאָלדאַטן אף דער אוטשעניע. דער רבי צעשאַקלט זיך נאָך שטאַרקער און זאָגט נאָך אַמאָל;

-- נאַ- ! אָמער רב פּפּא, האָט רב פּפּא געזאָגט! רעדט!!1..,

חברה טוען אַ קלאַפּ אין איין קויל ;

-- אֶבר רב פּפּא, האָט רב פּפּא געזאָגט!

און עס ווערט אַ שרעקלעכער ליאַרעם פון דרײַצן מײַלער, אַלע שרײַען, אַלֶע קלינגען און אַלעמען איז פריילעך אפן האַרצן, מחמת אַלע ווייסן די נגמרא, אַלֶע זאָגן װי אַ װאַסער, איינער כאַפּט פאַרן אַנדערן, קוקט מיט איין אויג אין דער גמרא און מיט דעם אַנדערן אף דעם רבינס בעלמעװאַטע אויג; אפילו מאיר-קוואשע און מאָטל-מזיק שרײַען אויך, שאַקלען זיך אַזױ ערנסט און דרייען מיטן גראָבן פינגער אַזױ געטרײ, גלײַך װוי קיינער פאַרשטייט ניט אַזױ, וי זיי פאַרשטייען. און פּלוצים...

--- שאַ ! שששששאַ ! שאַ!.

אַזױ זאָגט דער רבי און טוט א פּאַטש מיט דער האַנט איבערן | טיש; ער נעמט מיט דער אַנדערער האַנט דאָס אויסגעפליקטע בערדל, גלעט דאָס מיט ישוב-הדעת און קוקט אַראָפּ צו זיך א די פּאַנטאָפל... אַלֶע ווערן פאַרשטאָרבן. זיי פילן, װי עס װאַרגט זיי עפּעס אין האַלדו און זיי קאָנען דאָס ניט אַראָפּשלינגען. אַ שרעקלעך שטילשװײַגעניש! גאַנץ שטי? טוט זיך דער רבי אַ פרעג:

--- זאָגיזשע, מאיר-סערדצע, װאָס לאָזט מיך דאָ רב פּפּא הערן ? זאָג, זאָג! שעם זיך ניט!

באַ מאיר-קוואשע קײַקלען זיך שוין טרערן פון די אויגן, גניר אַה דער נמרא אַראָפּ. דער רבי קוקט אַלץ אונטן, צו זיך אַף די פּאַנ" טאָפּל, און רעדט זיך װײַטער אַזױ גלאַט, אַזױ בנעימותריק:

קינדע רי ש8 יפ ספ

--- זאָג, סערדצע /זאָג, מאיר?, שעם זיך ניט, װאָס אַרט דיך?..

באַ מאיר-קוואשע זיינען די באַקן שטאַרקן פאַרפלאַמט און די נאָן גלאַנצט, וי אַן עפּעלע. ער וויים שוין זײַן פּסק ; ער ווייס, אַז אָט באַלך װעט מען אים הייסן אַרױסגײן פונעם טיש, אַלֵיין אַראָפּנעמען די ריטער פון דעם באַלקן, אַלײן אַראָפּציען זיך, מחילה, די תחתונימלעך, אַליין אויס- ציֶען זיך מיטן פּנים אַראָפּ אַף דער באַנק, און נאָכדעם --- נאָכדעם ווייס ער שוין װאָס {...

אַ רויטער, אַ געשװאָלענער, אַ צעהרגעטער, זעצט זיך מאיר-קוואשע צוריק אַף זײַן אָרט און קוקט אין דער גמרא אַרײַן טיף-טיף, און זעט נישט קיין אות פאַר די אויגן, װאָס זײַנען שוין געשװאָלן פון געוויין, נאָר, דאַנקען גאָט, אַבי ער איז שוין זײַנט איבערגעקומען !

איצט אין מאָט? אפן צעטל,

--- אַנו, מאָטעלע ! --- זאָגט צו אים.דער רבי אַ ביס? פריילעכער, --- אַנו, מאָטעלע, זאָג נאָר דו, סערדצע, װאָס װויל דאָ רב פּפּא האָבן ? זאָג, מאָטעלע, זאָג {...

מאָטל-מזיק איז אָבער ניט מאיר-קוואַשע : מאָטל?-מזיק וויל אָפּנאַרן דעם רבין, אָפּנאַרן אַלעמען און זיך אַלין אויך; ער צעשאָקלט זיך און טוט אַ קלונג טאַקע נאָר װוי אַ מזיק ; ה,

| --הניחא למאן דאית ליה כרב פּמא; אלא למאן דלית ליה כרב פּמּא --- מאי איכא למימר 4 תיקו -- בלײַבט אַ קשיא |...

דער רבי הייבט אויף דעם קאָפּ, שטעלט אַנידער דאָס בעלמעװאַטע אויך גלײַך אַ מאָטלען און פרעגט אים איבער נאָך א מאָל קאַלטבלוטיק .

--- וואָס לאָזט מיך דאָ רב פּפא הערן 9..

מאָטל-מזיק פאַלט באַ זיך אַלץ נישט אַראָפּ און זאָגט זיך װײַטער זייער רויָק, קוועטשנדיק מיט דעם גראָבן פינגער :

--- װאָרום זעלטאָס אַנדערש זײַן, אַז עס זאָל זײַן װוי רב פּמא וזאָגט, װואָלט דאָך געווען א װידעראַנאַנד אַקעגן טאַקע אַף רב פּפּאן אַליין ; אלא װאָס דען ? --- מוז איך דאָך שוין אָנקומען דערצו, אַז עס איז אַף רב פּפַּאן קיין קשיא נים -- פֿאַר װאָס ? מחמת קרבנות ? חײַנט װאָס לאָזט ער מיך דאָ הערן ? איז דער תירוץ: תיקו!.

דער רבי גייט אַרױס פון די כלים; ער כאַפּט זיך אויף און פאָזט אַראָפּ מאָטלען עטלעכע קלינגענדיקע פּעטש, אַזױ אַן מאָט? פאַלט-אַראָס

50 ש 5לום ע פיכ ם

פונעם בענק? און פאַרלירט דאָס היטל. מאָט? קוקט זיך אַרום פאַרווּנ- דערט : װאָס טוט זיך דאָ מיט אים? דאַכט זיך, ער ווייס אַזױ גוט און זאָגט אַזױ גלײַך14...

דער רבי הייסט אים זיך אַנידערלײגן אַפן בענקל און ער שמײַסט אים און קאַטעװעט אים, וויפ? עס גייט אין אים אַרײַן. און מאָטל? מאָטל שווייגט, גלײַך װוי ניט אים מיינט מען. ער זאָל דאָס לאָזן אַ טרער, אַרױסלאָזן כאָטש אַ פּיפּס פונעם מויל --- ניין! דער רבי איז אויסער זיך פאַר כעס, עס ווערט אים נמאס שמײַסנדיק, כאַפּט ער אַ שטעקל, אַ ,יאַמשאָװוע" שטעקל, און ברעכט אים די ביינער. מאָטל שרײַט ניט, ויינט ניט, קרעכצט ניט; ער טוט נאָר באַ יערן שנײַד מיטן שטעקל א פּינטל מיט די אויגן --- און גענוג. ניין, רב יוסי דעמבענער קאָן דאָס שוין מער ניט איבערטראָגן ! מיט אויגן אָנגענאָסענע מיט בלוט טוט ער זיך אַ לאָז צו מאָטלען; ער כאַפּט אים אָן באַ דער האַנט און טוט זי אים אַ דריי-אויס הינטער די פּלייצעס, מע הערט אַ קנאַק. ... נאָר מאָטל שװײַגט. ער קריצט נאָר מיט די ציין --- און מער ניט. דער רבי שלאָגט. אים מיט ביידע הענט אין האַרצן אַזױ לאַנג, ביז ער טוט אַף אים אַ שפּײַ און גיט אַ פאַל-אום אַלֵיין אַפ דער סאָפּע. עס געדויערט לאַנג, ביז דער רבי סאפּעט זיך אֶפּ...

| די תלמידים, צען-יאָריקע חברה, זעען דאָס אַלֶע דאָנערשטיק ; און ווער איז דאָס אומשטאַנד אַרױסצוגעבן, װאָס עס פילט דעמאָלט זייער קינדערש האַרץ און װאָס עס טראַכט דעמאָלט זייער קינדערשער קאָפּ!.

דאָס צווייטע קאַפּיטל געפּטרט דעם חדר

אין יענער צײַט האָט שוין אָבער מאָטל נישט געהייסן .מאָטל-מזיק" און מאיר האָט שוין מער נישט געהייסן ,מאיר-קװואַשע". דעם ערשטן האָט מען גערופן ,מאָט? בערציס", און דעם אַנדערן -- ,מאיר לייבצים".

זיי האָבן חתונה נגעהאַָט ביידע אין איין חודש און פון איין שטאָט,

בערצי בערעשעס (אַזױ האָט מען גערופן מאָטלס שווער) האָט גע-

קינ דע ר שפ יל5 54

האַט אַ טכטער אַ בת-יחידה, זייער אַ שיין סיידל?. האָט ער איר געגעבן אַ פּאָר טויזנט רוב? נדן מיט אַ טשיקאַוװע חתן פון א שיין אָרט, אַפילן נישט קיין גרויסער למדן, דערפאר איז ער אָבער אַליין אַ מענטש, אַ קפֿ- גער יונגאַטש, אַ יונג מיט ביינער, אַ מענטש מיט אַ פּיסק.

מאָטלס עלטערן זײַנען געווען געמיינע לײַט און האָבן זיך קוים" קוים דורכגעשלאָגן דערמיט, וװאָס דער פאָטער אין געװוען... עס איז שווער צו זאָגן, װואָס ער איז געווען ! ער איז געווען איינער פון די גע- פאַלענע נגידים און מיוחסים, װאָס פאַרנעמען תמיד דעם אױיבנאָן סײַ אין קלויז, סײַ אַף אַ שמחה, און װאָס אַלע געדענקען, אַז זיי זײַנען אַמאָל געווען נגידים, מיוחסים. מע לאָזט זיי נישט אינגאַנצן פאַלן, זיי זאָלן דאַרפן חלילה גיין איבער די הײַזער, די שטאָט שאַרט זיי צו יענע ברעק- לעך, װאָס דאַרפן ממילא אַראָפּפאַלן ; מע פרעגט באַ זיי אַמאָל אַן עצה און מע פאַרלאָזט זיך אַה זיי מיט אַ בוררות, װײַל מע האַלט זיי פאַר ‏ קלוגע לײַט, פאַר קאָפּימענטשן. מיט איינעם וואָרט, זיי זײַנען דאָס, װאָס ווערט אָנגערופֿן : ,די פינפטע ראָד צום ואָנן"... אָט אַזעלכער איז גע- ווען מאָטלס פאָטער אויך, און זײַן מוטער האָט געהאַט אַ חוץ אַ פּרנסה: אַ קלייט? אַ צעלניק, װאָס נאָר איין גאָט ווייס דעם אמת, װאָס פאַר | אַ סחורה דאָרט האָט זיך געקאָנט געפינען און וי גרויס איז געווען דער פּדיון באַ איר, מחמת דער מאַרק געדענקט שוין ניט די צײַט, ווען עס זאָל אַהין אַרײַנשמעקן אַ קונה. דאָך פלענט זי פון קלייטל? ניט אַרױיס- טרעטן, און האָט אַזױ אַ צײַט מיט יאָרן פאַרבראַכט אָט דאַ אַפן ברעט- בענקל, אַרױסקוקנדיק אֵף אַ קונה, ביז די אויגן זײַנען איר אויסגעטריקנט געװאָרן און איר אַמאָלִיק שיין געזיכט אין אײַנגעקנייטשט און איינגע- שרומפּן געװאָרן אַזױ, אַז צו פערציק יאָר איז זי שוין געווען אַן אלטע יידענע,

געלעבט האָבן זיי אין גרויס דחקות, און אָפּטמאָל איז נישט געווען אַפילן אַף אַ פּוד מעל. נאָר מאָטל געדענקט ניט, אַז זײַן פאָטער זאָל . זײַן אַמאָל פאַרזאָרגט, אָדעך ער זאָל אָכקען און קרעכצן אֵֶף דער ב- טערער צײַט, װוי אַנדערע קבצנים ; אדרבה, דאָס איז געווען א פריילע- כער קבצן, אַן אָפּנעפּוצטער און אַ ריינער, אַז ווען איר ניט אַף אים אַ קוק, װאָלט איר זיכער געמיינט, אַז עס ליגן באַ אים שווערע טויזנ- טער אין קאַסטן. מאָט? געדענקט, װוי די מוטער פלעגט יאָ אַמאָל דער-

2

98 שלום עליכ 8 קוטשען דעם טאַטן וועגן דעם, װאָס מע זעט נישט קייַן קונה אין די אויגן; פלעגט זי דער פאָטער אָפּשטופּן מיט א ווערטל. די מוטער אָבער האָט נישט געהאַלטן פון קיין ווערטלעך, פלעגט זי אים זאָגן ;

--- אַוודִאי, באַ דיר איז אַלץ ווערטלעך, און מיר ווערן פאַרקילט אַלע געבליטן, אַז איך נעם אַפן קאָפּ און טו אַ טראַכט, װאָס וועט זײַן מיט אונדזער מאָטלען ? עס װאַקסט, אָן עין-הרע, אַ בחור...

--- :עט, שטותעריי ! -- שלאָגט זי איבער דער פאָטער. -- נאַריש- קייטן, כ'לעבן ! מיט אונדזער מאָטלען האָב איך שוֹין דווקא קיין דאַגה ניט, אונדזער מאָטעלע וװעט זײַן אַ גביר, דו הערסט צי ניין ? אָט וועסטו זען, אַז ער װעט זײַן, אם ירצה שם, אַ גביר!... אֵיאָ, מאָטל? האַ? װאָס זאָגסטו עפּעס מכוח דעם ? דו װילסט זײַן אַ גביר?

ניט אַזױ איז דערצויגן געװואָרן מאיר-קוואַשע ; ער אין אױיסגעוואַקסן דווקא אֵף ראָסקאָש מיט פאַרגעניגן. די נאַטור האָט אים אַרױסגעלאָזט אַף דער וועלט אַ היפּשן, אַ געפּאַקטן, מיט אַ געזונטן מאָגן און מים גראָבע ליפּן, גלײַך וי זי האָט געװוּסט פאַרויס, אַז אים וועט די מוטער פון קינדװוײַז אָן כסדר שטאָפּן מיט פעטע קנישעס און קאָנפעקטן, פײַגן, ניס און באַָקסערן. אַן מע האָט אים אַ כאַפּ געטאָן אין חדר, האָט מען באַ אים שטענדיק געפונען אָנגעשטאָפּטע קעשענעם מיט עסנװאַרג, און. מיר, זײַנע חברים, פלעגן אַרום אים אָפּלעקן אַ ביינדל, כאָטש פון דער נאַטור איז ער ניט געווען קיין גוטער, -- אדרבה, געווען איז ער דווקא אַ קאַרגער, ניט קיין פאַרגינער, נאָר מיר האָבן באַ אים תמיר גענומען מיט גװאַלד; און דערצו נאָך געשענקט אים אַמאָל. עטלעכע בוכענצעס, אַזױ אַז ער פלענט זיך באַװאַשן מיט טרערן. וויפל מאָל פלעגט אַרײַנ- לויפן אין חדר אַרײַן זײַן מוטער, אַ גראָבע, שװאַרצע ייִדענע און צר שטעלן אונדז א בענקעלע צום רבין, ויאַזוי ;דאָס קינד" (מאיר-קוואַשע) קלאָגט זיך נעבעך, אַז מע ?אָביזשאַיעט? אים, אַז מע רײַסט אוים באַם קינד דעם לעצטן ביסן פון מול, אַז דאָס' קינד איז נעבעך שטענדיק | הונגעריק, וויי און ווינד איז איר! און אַװעקגײענדיק פלעגט זי אים איבערלאָזן אַ גאַנצע טאָרבע מיט געבראָטענע פּופּקעס, העלדזלעך, דאַרע קישקעס, קאָרענעם לעקעך, צוקערקעס, טאָרט, צוקערלעקעך, וועלישע ניס- כֿעך, באָקסערן וכדומה. געוויינלעך, האָבן מיר אים שטאַרק מקנא גע

קינ ד 9 ר שׁפ י 5 | 09

ווען און פלעגן זיך אָן אים נוקם זײַן װוּ מיר האָבן נאָר געקאַנט, און שטענדיק אויפגעוואָרפן אים ףדעם טאַטן דעם בעלענאָלע".

מע זאָגט, אַז אַמאָל, שוין גאַנץ לאַנג, איז זײַן פאָטער געווען אַ בא- לעגאָלע, גאָט האָט אים באַגליקט, אין ער געװאָרן פון אַ באַלעגאָלע אַ ליװעראַנט (אַ פערד-הענדלער), און פון דעמאָלט אָן איז ער אאַננע- שטאָפּט מיט געלט וי אַ גוי"... אַז ער האָט באַקומען געלט, האָט ער זיך אָנגעהויבן ,איידלען", דהיינו: געקויפט זיך אן אָרט אין אמיזרח", שבת -- .שלישי" אָדער ,שישי", ניט אַנדערש; באַקלײידט זיך און דאָס װײַב און קינדער וי עס דאַרף צו זײַן ; אַרײַנגעגעבן 3 ,רייניקייטן" אין די בתי-מדרשים אַרײַן און, װוּ עס פּאַסט, געשענקט די שענסטע גדבה. און כאָטש דער באַלעגאָלע איז אים שטענדיק געלעגן אַפן פּנים, דאָך איז דאָס װאָרט ,באַלעגאָלע? געווען פאַר אים ערגער וי געשמרט : זאָגן אים חונדערט מאָל עגנב? איזן אים אַ סך אָנגענעמער געווען, וי מע זאָל אים אויפװואַרפן, אַז ער אי אַמאָל גֶעווען אַ מאַלעגאָלע, -- חיות ניט ויכער!... און ווער שמועסט זײַן װײַב --- די האָט זיך נאָך מער ,געאיידלט? פון אים ;. זײַן װײַב האָט געשאָטן מיט נאָלד צוליב כבוד,. בכדי זי זאָל זײַן לײַטן גלײַך; אירע קינדער האָט זי אָפּגעגעבן צו די גרעסטע מלמדים פוֹן שטאָט; אַה שבת האָט זי גענומען צען ארע- מע לײַט מיטאַמאָל; אַלע גבאיטעס זײַנען געווען אירע איבערגעגעבענע אַה תמיד און האָבן זי געהויבן אַף דריקעם ; שידוכים האָט זי געװאָלט טאָן נאָר מיט די גרעסטע מיוחסים, און האָט געצאָלט א סך געלט פאַר שניר מיט איידעמס, ניט אַזױ צוליב די שניר מיט די איידעמס, וי צו' ליב די מחותנים מיט די מחותנתטעס. אַז זי האָט חתונה געמאַכט אַ קינד, האָט זיך די חתונה געלאָזט הערן גאַנץ װײַט !

איצט קאָנט איר אײַך שוין פאָרשטעלן, וי גליקלעך זי אין געווען, אַז זי האָט אַ שידוך געטאָן מיט רב לייבצע רב פּנחסלס! וי גליקלעך איז זי געווען, אַז איר מאירל אין רב לייבצע רב פּינחסלס אַן איידעם, און רב לייבצע רב פּינחסלסל טאָכטער איז איר שנור, און רב לייבצע רב פּינחסלס אַלין איז איר מחותן, און רב לייבצע רב פּינחסלס װײַב איז איר מחותנתטע !

רב לייבצע רב פּינחסלס איז געווען כל ימיו אַן עני ואביון, נאָר ווייל ער קומט אַרױס פון ,נוטע ייִדן" און האָט געהאָט עטלעכע שיינע

00 שלום עי כ ם

טעכטער, האָט ער שוין קיין דאגות פּרנסה נישט באַדאַרפט האָבן: מע פלעגט אים צוצאָלן אין בײַטל אַרײַן. אַז מאיר-קוואַשע איז געװאָרן זײַן איידעם, האָט מען אים אָפּנעצאָלט אחת ואחת טױזנט רענדלעך, און דערפאַר װאָס ער האָט געהאַלטן דאָס פּאַרפאָלק אַף קעסט, האָט מען אים אַ חוץ געצאָלט חודש-נעלט. זכות-אָבות, דאַרפט איר ויסן, אין נישט פון די קליינע זאַכן! /

זײַן איידעם אָבער, מאיר-קוואַשע, אָדער מאיר רב לייבצעס, האָט זיך נישט געפילט אַזױ גליקלעך: אים האָט דעם שווערס יחוס נישט אַזױ שטאַרק געװואַרעמט ; ער האָט פּשוט געליטן הונגער און האָט נישט געקאָנט סוב? זײַן די חסידישע תנועות פונעם שווער, װאָס פלעגט אים שטאַרק דערקוטשען, ער זאָל נעמען אַ ייִדיש ספר אין האַנט אַרײַן... אונדזער מאיר-קוואַשע איז קוים פּטור געװאָרן פונעם פינצטערן וויסטן חדר, און דאָ דערמאנט מען אים ווידער וועגן אַ אייִדישן ספר" } /

זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז באַ אָט אַזעלכע אומשטענדן האָט דער איידעם נישט געקאָנט הויזן מיטן שװוער; זיי האָבן זיך צעקריגט, צע- פּאַטשט --- און מאיר איז אַרױס פון רב לייבצע פּינחסלס הויז אַף תמיד,

מאיר איז ניט אַנטלאָפן אַהיים צו זײַנע עלטערן, וועלכע האָבן זיך אַזױ געיחוסט מיטן טײַערן מחותן, -- ניין; ער האָט זיך באַזעצם אַף אַ קליינער צײַט באַ זײַן אַלטן חבר, באַ מאָטל-מזיק, װאָס הייסט שוין הײַנט מאָטל בערציס,

דאָס דריטע קאַפּיטל | חתונה געהאַט

מאָט? בערציס איז שוין געווען אַ סך גליקלעכער פון זײַן חבר מאיר רב לייבציס,

בערצי ווײַנשענקער איז געווען אַ פּראָסטער ייָד, נאָר אַ וועלט- מענטש, אַן אויסנגעריבענער, װואָס איז דורכגעגאַנגען, וי מע זאָגט, דורך פײַער און דורך וואַסער און דורך מעשענע רערן. אין דער יוגנט אין ער געװואַקסן אין אַ קליין שטעטל, און אַז ער איז געבליבן אַ יתום, האָט

קינ דע רישפ יל | 61

ער זיך אַװעקגעלאָזט קיין אַדעס, געשטעלט זיך אין א וויינקעלער פאַר אַ משרת, אָפּגעדינט אַ סך יאָרן, צונויפגעשלאָנן א היפּשן קאַפּיטאַל, חתונה געהאַט און אַרוֹיס אין דער דאָזיקער שטאָט, װוּ עס קומט פאָר אונדזער אמתע געשיכטע, און האָט זיך אײַנגעפירט דאָס געשעפט שטיל, נישט געפלויגן, באַלעבאַטיש. אַה די עלטערע יאָרן, אַז זײַן װײַב איז געשטאָרבן און אַליין האָט ער זיך שוין געװאָלט א ביס? אָפּרוען, האָט ער געזוכט פאַר זײַן איינציקער טאַכטער אַזאַ חתן, װאָס זאָל קאַנען פאַרטרעטן זײַן אָרט און איבערנעמען דאָס געשעפט; דאָס זעלבע האָט אויך געמיינט זײַן טאָכטער,

מלכה בערציס (אַזױ האָט געחייסן זײַן טאָכטער) איז ניט געווען אַזא פּאַרשױן, װי טײַבעלע רב לייבציס ; דערפאַר איז זי געווען פונדאַ- מענטאַלער פון טײַבעלע רב לייבציס. טײַבעלע האָט טאַקע געהאָט שוואַר- צע איינעלעך, רויטע בעקעלעך, לאַנגע ברעמען, שיינע נעקרײַזלטע האָר, אַן אױסגעטאָקט נעזל, אויסגעשניצטע ליפּעלעך --- זי איז אָבער געווען אֵם דאָס, װאָס מע רופט אָן א .רוחניות", זייער-זייער אַן אייד? באַשע- פעניש, גרינג וי אַ פעדער און לופטיק װי א מלאך, מלכה דאַקעגן האָט געהאַט גרויסע גרויע אויגן, לאַנגע ליכטיקע האָר, א ביס? אַ גראָבלעכע נאָז, פולע ליפּן, און אַליין הויך און גרויס, מיט לאַנגע גראָבע הענט -- און פונדעסטוועגן נישט קיין מיאוסע. מאָטלען איז זי פון דער ערשטער מינום אָן אַזױ שטאַרק געפעלן געװאָרן, אַז ער האָט קוים דערלעבט די מינום, די. רגע, ווען זײַנע עלטערן האָבן זי גענומען צו זיך אַף שבועות, אַך, אין די דאָזיקע צוויי טעג האָט נעבעך אונדוער מאָטל-מזיק איבער- געטראָגן אַלֶע שמערצן פון דער ערשטער ליבע !

שטעלט אײַך פאָר: אָט זעט מאָטל? מיט זײַנע אױינן די דאָזיקע, מיט וועלכער ער דאַרף אָפּלעבן אַ וועלט. אָט קוקט זי אֶף אים מיט | אירע קלוגע גרויע אויגן. אָט שמייכלט זי, און דאָס פּנים פלאַמט איר פאַר פרייד. אָט הערט ער איר קול. זי רעדט, נאָר ניט צו אים, זי לאכט, גאָר נים צו אים. ער איז /אַ חתן", און דארף זיך שעמען... אט פאַר- קאַטשעט זי די אַרבל, און אירע װײַסע דיקע הענט בלײַבן נאקעט -- און ער,, מאָטל נעבעך, איר אייגענער חתן, טאָר זי אַפּילו ניט קיין קוש טאַן !... די מאַמע מעג שטיין און צעמלעכטן איר די לאַננע, ווייכע, שמעקנדיקע צעפּ, און ער, מאָטל, טאָר ניט! און װאָס פאַר א משוטע

+ | | יי ש לום ע ליכ ם

זײַן כלה אין: זי קאָכט אַליין און באַקט אַליין און מאַכט אַזעלכע בלינ- צעס, װאָס צעגייען זיך אין יעדן אבר ! באָטש אַ װאָרט איר זאָגן, כאָטש אַ האַלב װאָרט, כאָטש אָנרירן זיך אָן איר האַנט, אָן איר קלייד ! נאָר -- שאַ{ אָט נייט זי גלײַך צו אים, צו מאָטלען... זי נעמט באַ אים אַרױיס דעם גילדענעם זיינער פון דער קעשענע (דעם זיינער האָט אים דער מחותן געשיקט א מתנה) און פרעגט באַ אים, צי עס געפעלט אים די מתנה? אַ! ער פילט, אַז זי שטייט לעבן אים... ער רירט זי אָן אומגערן באַ דער האַנט... זי קוקט אַף אים און שמייכלט... ער נעמט זי אָן שטאַרקער באַ דער האַנט -- זי לאָזט זיך... ער כאַפּט איר האַנט און װויל זי א קוש טאָן --- קומט אָן די מאַמע !...

דעם זעלבן שבועות איז אויך מאיר-קואַשעס כלה, טײַבעלע רב לייבציס, געקומען אַף יום-טוב צו זײַנע עלטערן. ניין, ניט רב לייבצי רב פּנחסלס טאַכטער איז געקומען -- דאָס איז געקומען עפּעס אַ פּרינ- צעסן, עפּעס אַ בת-מלכה פון טויזנטיאון-איין נאַכט: איידל און לופטיק, איינגעטונקען אין זײַדנס און אין גאָלד, קוים-קוים װאָס זי רירט אָן מיטן פיסעלע די ערד, א רוחניות, װואָס עסן עסט דאָס װי אַ פיינעלע און פּישטשען פּישטשעט דאָס וי אַ שוועלבעלע... מאָלט אײַך וויפל זיל- בער, וויפ? גוטס האָט מאירס מוטער אַרױסגענומען פון די קאַסטנס! וויפ? האָט זי אָנגעקאָכט און אָנגעבאַקן לכבוד דעם דאָזיקן טײַערן און ליבן נאַסט, װאָס אין האַרצן פילט זי, אַז זי איז ניט ווערט צו זיצן מים איר באַ איין טיש! מאירס פאָטער --- דער האָט מורא אַפילו אַ קוק צו טאָן אַפ דער כלה : ער ציטערט, טאַמער חלילה כאַפּט ער זיך אַרױס מיט אַ גראָב װאָרט. . . און מאיר ? מאיר איז רויט, װוי אַ צוויק. זײַנע גראבע באַקן זײַנען נאָך מער אָנגעבלאָזן, און דער שטערן שוויצט אים מיט סכנת-נפשות ! עס מאָלט זיך אים רק אויס, אַז ער זיצט נישט אַקו- ראָט. ער רוקט אַלע מאָל אָן דאָס היטל שטאַרקער און שטאַרקער. ער באַראַבאַניעט מיט די קורצע גראָבע פיננער איבערן טעלער. דער פאָטער ווארפט אַף אים אַן אוינ און טרעט אים אָן אַפן פוס. נאָר דאַנקען גאָט, אָט טראָנט מען שוין דעם פּאָלומעסיק מיט פיש. מאיר ווערט לעבעדי" קער, מאיר האָט ליב פיש פון תמיד אָן. ער עסט געשמאַק מיט אַפּעטים און פּאַטשט מיט די ליפּן. דער פאָטער איז אויסער זיך. ער לייגט אַװעק

: : 3 . : 5 ר א 2560, 221 2 -2 45 7 5587 סאאל 56 - 6'ע 1 טנ 2987 ר צר 029 = בא 5 -, זי 85 ב ריט "רנ הת 8 3 רנ לקע .קיר םי

, ! : 3 קינ דע ר - שפ יל 08

לעפל און גאָפּל, ווערט רויט, וי אַ צוויק, און קוקט אַפן זון מיט אַזאַ רציחה, וי ער װאָלט אים וועלן דורס זײַן.

פונדעסטוועגן, אַז ס'איז געקומען צו דער חתונה, איז אויך דער פאָטער נכשל געװאָרן, געכאַפּט אַן איבעריקע כוסה, און די צונג האָט זיך אים אויפגעבונדן, ער איזן צוגעגאַנגען צום מחותן, צוֹ רב לייבצי רב פּינחסלס, אַרומגענומען אים אַפן באַלענאָלישן אופן און האָט אים גע- פרעגט, אַה קאַטאָװעס, צי ווייס ער דעם חילוק פון אַ פערד ביז אַ שקאַ- פּע און ביז אַ זשערעבעץ. . . . א סקאַנדאָל! אַ סקאנדא?! דאָס זאָל גע- ווען זײַן פאַר דער חופּה, װאָלט רב לייבצי רב פּינחסלס געוויס געפאָרן צוריק אַהיים, אַצינד איז שוין געווען פאַרפאַלן. א סקאנדאל! א סקאַנ- דאַל !

אַף מאָרגן, אז מאירס פאָטער האָט זיך אויסגעניכטערט, האָט ער דעם מחותן מפצח געווען פאַר דעם בזיון מיט מזומנס, און געזעגענענדיק זיך מיטן זון, מיט מאירן, האָט ער אים אויג אַף אויג אַזױ געואַנט:

--- פֿאַרגעס ניט, זונאָ, דאָס, , . אַז דו האָסט זיך פּאָפּאַדיעט צווישן מיוחסים, איידעלע לײַט, װאָס דו ביסט ניט ווערט זייער דאָס... זייער פּאָדעשווע. צווישן איידעלע לײַט וועפטו זיך אויך אַמאָל אויסאיידלען, מחמת דו ביסט נאָך דערװײַל א דאָס... עס איז ניטאָ קיין ערגערס אֵף דער וועלט פון אַ דאָס... און מכח געלט, פּרנסה, האָסטו ניט װאָס צו זאָרגן, מחמת דו האָסט נאָך אַ דאָס... אַ געזונטן טאַטן. אמת, נעכטן האָב איך זיך אַביסל דאָט, .. צעשאַקלט, נאָר מען אין דאָך אַ דאָס... אַ מענטש. אַ גוי זאָגט אַ גלײַכװערטל.. עס איז פאַראַן, דאכט זיך, אויך אַ דאָס .. אַ פּסוק אַזאַ. חכל?, ברודער, שמיר און דאָסס... איך מיין, פאָר געזונטערחהייט!..

אין דעם זעלבן טאָג האָט מאָטלס פאָטער אויך נעהאלטן אַ רעדע פאַר זײַן זון, נאָר אָף אן אַנדער אופן : | --- נו,. מיין ווייב, האָב איך דיר ניט געזאָגט, אַן מיט מאַטעלען האָבן מיר קיין דאגח ניט, אַן מאָט? דאַרף זײַן אַ גבכיר, אם ירצה שם .. האַ ? װאָס זאָגסטו, מאָט? ? אַיאָ, איך בין גערעכט ?,.. קוק ניט, װאָס דײַן טאַטע איז אַ קכצן. עט אין דרינען פאַראן אַ סאך צו ריירן!... אָבער דו דאַרפסט זײַן אַ נגיד. דו מוזט זײַן א נניד מיט גאָטס הילף... דו הערסט צי ניין ? אָט וװועסטו געדענקען מײַן װאָרט : זאָלסט פיך אָנ-

| | 04‏ שלום עפיכ ם

רופן ליגנער, אַז אין צען יאָר אַרום, ניט מער וי צען יאָר, וועט אונדזער מאָט? אַרויסשיקן נאָך אונדז אַ קאַרעטע מיט פיר ברענענדיקע שקאַפּעס --- אַנדערש וװויל איך ניט, דו הערסט צי ניין ? און מע װועט אונדז ברענגען אין אַ דרײַגאָרנדיקן מויער, דו הערסט צי ניין? מיט גלעזערנע פּאָדי לאָגעס, מיט לאַנגע שפּינלען, דו הערסט צי ניין ? מיט טײַערע פאָטעלן, דו הערסט צי ניין ? אָט דער עיקר איז, מאָטל, דו פאַרשטײיסט צי ניין, -- דער עיקר איז היטן דאָס קערב? דאָרט װוּ מע דאַרף, דו פאַרשטײיסט צי ניין ? און דאָרט װוּ מע דאַרף א װײַז טאָן, אַ גלאַנץ טאָן, עס זאָל יענעם אַ צופּ טאָן באַם האַרצן און אַ בלענד אין די אויגן, --- דאָרט טאָר מען ניט זײַן קיין פּאַרך, דו פאַרשטייסט צי ניין? און פירן זיך מיט אַ שווער, מיט אַ װײַב -- דאָס דאַרה איך דיך ניט לערנען; דערויף ביסטו ניט מאיר-קוואשע און דײַנע עלטערן זײַנען ניט קיין באַלעגאָלעס, דו פאַרשטייסט צי ניין?

דאָס פֿערטע קאַפּיטל אַראָפּ פון קעסט

,דו פאַרשטייסט צי ניין ? דו פאַרשטייסט צי ניין?? -- אָט די דאָזיקע ווערטער האָבן אונדזער מאָטלען געקלונגען אַ גאַנצן װעג אין די אויערן, נאָר ער האָט זיי אין זינען געהאַט, װוי דעם פאַראַיאָריקן שניי. מאָט? האָט פאַר זיך איצט אַ גאַנצע וועלט !

וועמען הערט ער אַצינד, אַז זײַן טײַערע מלכה זיצט אָט דאָ באַ דער זײַט, און ער פילט זי לעבן זיך, און עס מאָלט זיך אים אויס, אַן נאָך אַזאַ, װוי מלכה, איז שוין גאָר אַף דער וועלט ניטאַ!

און ווירקלעך, נאָך אַזאַ מלכה איז אַף דער גאַנצער וועלט ניטאָ! קיינער קאָן אַזױ ניט אַרומדרײען זיך אַ גאַנצן טאָג אין שטוב, װי מלבה, אַז עס זאָל זײַן אי פריילעך, אי אַלע אַרבעטן אָפּגעטאָן; קיינער קאָן אַזױ ניט קאָכן און באַקן אַלֵיין און גיין אַרום זיך ריין, ציכטיק, וי מלכה ; קיינער קאָן אַזױ ניט פירן דאָס גאַנצע װײַנגעשעפט און דערצו אין זינען האָבן דעם מאַן, אַז ער זאָל עסן צו דער צײַט, שלאָפן צו דער

ט

קינדע ר ישפ יל ) | 68

צײַט און זאָל אויך ניט זיצן צונויפגעלייגט די הענט ; קיינער קאָן אַזױ ניט צושטעלן אַזױ פיל פאַרגעניגן דעם מאַן מיטן פאָטער און אַװעקגעבן אַזופיל ליבע, אַזופי?ל טדײַשאַפט, װוי מלכה !

אָט װאָס מאָטל שרײַבט צו זײַנע עלטערן:

,;טײַערע עלטערן ! איר שרײיבט מיר, אַן איך האָב אײַך געשיקט אַ קורצן בריוו, איז דאָס דערפאַר, װײַל איך בין שטאַרק פאַרנומען און קאָן זיך נים אָפּרײַסן קיין צײַט אפילו צו אײַך אַ גרעסערן בריוו אַמאָל אָנצושרייבן ! איר װוייסט דאָך, אַז מײַן שווער האָט מיר איבערגעגעבן אינגאַנצן זײַן געשעפט, װאָס האָט איצט אָנגעהויבן נאָך בעסער גיין וי פרוער, אַזױ, אַז איר מיט מלכח'ן האָבן שוין קיין הענט ניט. צום מיינסטן גייט אָפּטאָװע פאַרקויף פון רוסישע װײַנען, און באַ אונדז קויפט מען פון עטלעכע שטעם. ווען מיר זאָלן האָבן נאָך אַ צװאַנציק טויזנט רוב?, װאָלטן מיר אויסגעשריבן אויך אויסלענדישע װײַנען, און דערפון װואָלטן מיר גאָר גליקלעך געװאָרן, נאָר װו נעמט מען אַזופיפ קלינגערס ? אַ דאַנק גאָט דערפאַר אויך ; קיין גביר בין איך ניט, נאָר אַ נגיד יאָ. דער שווער האָט שוין איבערגעשריבן זײַן גאַנצן חויף מיט אַלע קלייטן אַה מײַן נאַמען. איך האָב חײַנטיקס יאָר אַרײַנגעטראָגן קאַ- פּיטאַל און בין שוין, דאַנקן גאָט, לײַטן גלײַך -- אַ קופּיעץ... מלבה ‏ װאָלט אײַך אַלֵין צוגעשריבן אַ גרוס, לאָזט זי ניט דאָס קינד, זייער אַ וווילער יונגאַטש, נאָר אַ גרויסער שרײַער. שרײַבט. מיר, װאָס אין די מעשה מים מאיר'ס פאָטער, װאָס ער ויל זײַן אייגענעם זון ניט העלפן אפילו מיט קיין גוט װאָרט? דער דאָזיקער בעל-עגלה טראַכט, אַפּנים, אין קבר אַרײַן מיטנעמען דאָס געלט? אַ ביטערער רחכנות אַף מאיר'ן נעבעך מיטן װײַב: זיי בלאַנקען זיך דאָ אַרום, און מיטן שווער, מיט רב לייבצי רב פּינחסלס, קאָן ער ניט הױזן, און פאָרן אַהיים צום בעל-עגלה האָט ער מורא -- אַ גאָטס רחמנות !"..

די זעלבע פּאָסט טראָגט נאָך אַ בריוו, פון מאירן צו זײַן מוטער (צום פּאָטער האָט ער מורא צו שרײַבן) ;

,ליבע מוטער! איך האָב מיט גרויס דאַנק מקב? געווען די הונ- דערט רובל, װאָס דוֹ האָסט מיר צונעשיקט, און בין דיר מודיע, אַן עס איז שוין פון זיי ניטא קיין גראַשן. דײַנע טרערן זײַנען אַרױסגעװאָרפן : איך קאָן באַם שווער אַפ קעסט ניט זיצן. טו אַ קוק, ליבע מוטער, אַה

60 שלום עליכם

מײַין חבר מאָטלען -- ער איז דאָס גליקלעך ! מע זאָגט, אַז ער איז שוין אַ נביר, -- און איך בין געבליבן באַם יחוס! איך בין א גרויסער בעל- הוצאה, וואָרעם מײַן טײַבעלע איז ניט גלײַך צו מלכה בערציס, וואָס לויפט אַלֵיין אין קעלער אַרײַן נאָך װוײַן און שטייט באַם אויוון! מײַן טײַבעלע איז דערצו ניט געוװוינט געװאָרן ; זי זאָגט, אַז זי איז א גבירס אַ שנור, קאָן זי זיך פאַרגינען האַלטן צוויי דינסטן, װאָרעם ווען ניט ‏ דאָס, װאָס מע זאָגט, אַז מײַן טאַטע האָט אַ סך געלט, װאָלט זי מיך גאָר ניט געווען גענומען... זי איז דען ניט גערעכט? הײַנט האָבן מיר דאָך שוין אַ קינד אויך, דאַנקען גאָט, אַפילן זייער אַ שיין מיידעלע, וי צוויי טראָפּן װאַסער טײַבעלע, נאָר מע דארף אַן אִם... לכן בעט איך דיך, ליבע מוטער, האָב רחמנות אַף דײַן קינד און לאָז מיך ניט פאַלן ! זאָג דעם טאַטן, דערקוטשע אים --- ביז װאַנען איז דער שיעור ?"...

פון די דאָזיקע צוויי בריוולעך זעט דער לייענער אַרױס, אַז איינער פון אונדזערע העלדן הייבט ערשט אָן צו לעבן אַף דער וועלט, און דער צווייטער לינט טיף-טיף אין דער ערד און באַקט בייגל! און אפילן שפּעטער, אַז מאיר האָט נאָך זײַן פאָטערס טויט באַקומען ירושה הונ- דערט טויזנט רובל, איז זײַן לעבן דערפון ניט בעסער, ניט זיסער געװאָרן.

אַ קוק טאָן אַף מאירן, װאָלט מען געקאָנט מיינען, אַז ער לעבט זיך גאַנץ צופרידן: די זעלבע אָנגעבלאָזענע באַקן מיטן גלאַנצנדיקן שטערן ; די זעלבע פולע רויטע ליפּן, װאָס פריִער; דערצו האָט באַ אים נאָך אָנגעהויבן װאַקסן אַ בײַכל מיט אַ שיינער קײַלעכדיקער שוואַר- צער באָרד, אַזױ אַז ער האָט באַקומען אַ פּנים פון א פּײַנעם נגיד. און באָטש אפילו אין אים זײַנען פאַרבליבן אייניקע אָפּשניצלעך פון דעם פאָטער, וי דאָס װאָרט ,דאָס? נאָך יעדער פראַזע וכדומה אַזעלכע מאַ- ניערן, פונדעסטווענן האָט ער זיך שטאַרק ,אויסגעאיידלט", אַזױ, אַן עס איז שווער געווען צו דערקענען, צי איז מאיר אַ. ייַד פון לערנען, צי אַ גראָבער יונג ? הײַנט האָט ער שטאַרק ליב געקריגן באַנוצן לשון-קדוש- ווערטער, וו מע דאַרף און װוּ מע דאַרף ניט. דערפאַר אָבער האָט ער באַ זיך אין שטוב אויפגעפירט זיך גאָר ניט מעשה למדן און אַריס- טאָקראַט, דהיינו: אַן ס'איז געקומען צו דער טיי, האָט ער געמווט אַראָפּװואַרפן פון זיך די קאַפאָטע מיט די שטיוול, און אַזױ, האַלב-נאַקעט און באָרװעס, זיצן און שוויצן איבערן סאַמאַװאַר... אַך, וויפל טרערן

קיגדערישפּיל - | : 67

האָט דערויף טײַבעלע פאַרגאָסן ! וויפל טעג און נעכט האָט מאיר אַלין איבער דעם צוגעקרענקט ! נאָר פארפאלן! איר װעט שוין מאיריקואַשע ניט איבערמאַכן, אַזאַ איז ער געבוירן געװאָרן בא זײַן טאַטן און אַזאַ וועט ער שוין שטאַרבן !

וי לאַנג האָט מאיר געקלאָגט נאָך זײַן פאָטער -- דאָס קאַנען מיר ניט וויסן {; מיר ווייסן נאָר אַז װיבאַלד ער האָט נאָר באַקומען די ירושה אין דער האַנט אַרײַן, האָט מאיר ניט געװווסט, װאָס טוט מען מיט אַואַ סומע געלט ? און ווער ווייסט, װאָס מיט מאירס געלט װאָלט געװאָרן, ווען זײַן אַלטער חבר מאָט? װאָלט אים ניט געקומען צו הילף און ביינע- שטאַנען אין זײַנע נױיטן!... |

מיר קאַנען ניט אָפּלײייקענען, אַז מאָט? פלעגט ניט איין מאָל מיט" העלפן זײַן אלטן חבר באַ דער נויט, און טײַבעלע איז אים געווען זייער דאַנקבאַר און האָט תמיד געשעצט מאָטלען פיל העכער פון מאירן, און װאָט שטענדיק מקנא געווען מלכחן, װאָט זי האָט אַזאַ מאַן, וי מאָט?. זאָל אָבער דער לייענער קיין טעות ניט האָבן און ניט מיינען חלילה, אַז טײַבעלע האָט ליב געהאָט מאָטלען און פײַנט געהאַט מאירן ; חס ושלום ! מיר זײַנען דאָך עפּעס ייִדן, ניט קיין נויים ! טײַבעלע האָט מקנא געווען מלכהן אַפן מאַן, גלײַך װי זי האָט איר מקנא געוען אַפן זײַדענעם מענטעלע, אֵף די פּערל, אַףּ דער שטוב, אַף די קינדער, טײַבעלע האָט דאָס גאָר ניט געלייקנט פאַר מאירן אַליין און פלענט אים גאַנץ אָפטלעך אַרױסזאָגן דעם אמת, אַז ער קומט ניט צו מאָטלען, וי הימ? צו דער ערד; אַז מאָט? איז טאַקע פאָרט אַ מענטש, און ער, מאיר, איז געווען אַ קואַשע און װעט בלײַבן אַ קװאַשע! אפילו איצט, אַזן מאיר האָט באַקומען די ירושה, האָט אים טײַבעלע ניט אויפגעהערט צו טאָטשען:

--- דאַרפסט געוויס דאַנקען מאָטלען, װאָס ער װוי? דיך צונעמען פֿאַר אַ שותף, אַזאַ באַבע אין פּאָסטעלעס, װוי דו ביוט ! מעגסט זײַן זיכער, אַז מאָטל װועט שוין האָרעװען פֿאַר דיר אויך, און דו וועסט זיך װײַטער גלעטן דאָס בײַכ? און אַרומגיין, וי א ליימענער גולם, פון שמונין צו בונין, און רעדן פון פּאָליטיקע, נלײַך וי דו ווייסט אפול, | ווער עס האָט דיך געשלייערט!...

-- נו, טײַבעלע, גענוג שוין, כלעבן ! גענוג שוין דיר דאָס.., ביוט אפשר טאַקע דאָס. ‏ . גערעכט, אָבער ניט אַזױ דאָס... ניט איננאנצן!

08 | שלום עפיכ ם

-- צי איך בין גערעכט ? אודאי בין איך גערעכט! איך פרעג דען באַ דיר, צי איך בין יא גערעכט, צי ניט גערעכט ? געפעלט דיר אַ ביס?

--- ניין, טײַבעלע, איך מיין ניט דאָס ! איך מיין דאָס ! איך זאָג דאָך אַלֵיין דאָם !... |

--- דאָס-דאָט, דאָס-דאָס ! מער הערט מען פון דיר ניט אַז הדאָס? ! דײַן ,דאָס" ליגט מיר שוין אָט-אָידאָ! גיי שוין, גיי אַװעק פון מיר, לאָמיך דיך באָטש ניט אֶנקוקן!...

שטי?, אָן ווערטער, גייט מאיר אַװעק פון טײַבעלען, ציט זיך אויס אַף דער קאַנאַפּע מיטן פּנים אַרױף צו דער סטעליע און שויצט, און דאָס פּנים איז אים רויט, וי אַ צוויק, |

דאָס פינפטע קאַפּיט? ,דעפּאַ פרירמאן עט פורמאַן"

אָט װאָס פאַר אַ שילר מיט גאַנץ גרויסע גילדענע בוכשטאַבן עם

5

הענגט אַף דעם װײַן-סקלאַד פון מאָט?-מזיק און מאיד-קוואַשע.

אַמאָל, נאָר אַמאָל, מיט אַ יאָר פופציק צוריק, אין געווען אַה דער װאַנט אָנגעשריבן מיט שװואַרצע אותיות אַף ייִדיש: ;בכאן מוכרים יין גפן כשר 55סח". ווער האָט זיך עס געקאַנט ריכטן דעמאָלט, אַז פון יענעם אָרעמען צניעותדיקן לשון-קודש-ברעטל װעט אַמאָל אױיסװאַקסן א גרויסע ליכטיקע שרײַענדיקע שילד מיט גאָלדענע אותיות !

און דער סקלאַד גופא ? דאָס איז שוין ניט יענער קעלער, װאָס איז געווען אַמאָל פאַר בערצי װוײַנשענקער -- ניין! דאָס איז שוין. א גרויסער שיינער מויער מיט עטלעכע אָפּטײלונגען, און אַף יעדער אָפּטײלונג הענגט אן אַנדער ברעטל: דאָ פאַרקױיפט מען אויסלענדישע װײַנען און ליקערן; דאָ -- באַקאַלײנע סחורה; דאָ -- געזאַלצענע זאַכן. עס פליִען אַרום פּריקאַזטשיקעס מיט װוײַסע פאַרטוכער און מען רעדט אֵַף רוסיש, בא דער זײַט, אַקעגן דער טיר, באַ אַ קאַנטאָרקע, שטייט אַ קאסיר מיט אַ פעדער, פאַרשטעקט חינטערן אויער, און קלאַפּט אַ גאַנצן

קינ דע ר - שפ יל 09

טאָג אַף די ביינדלעך. זעלטךזעלטן זעט מען דורכלויפן פרידמאַנען (אונדזער אַלטער באַקאַנטער -- ,מאָטל-מזיק") מיט אַ פּאַק חשבונות אין דער האַנט, אונדוער מאָטל? האָט זיך ניט שטאַרק פאַרענדערט פון יענער צײַט, ואָס מיר האָבן אים אַװעקנעװאָרפן באַ זײַן שווער אַף קעסט: דער זעלבער פריילעכער לעבעדיקער מאָטל, װאָס אַמאָל, נאָר באַנײַט פיט אַ קליין בערדל, אייראָפּעיש געקליירט, מיט אַ קאַפּעלוש אפן קאָפּ, און, וי אַמאָל, גיך-גיך גערעדט, געלאָפן, ניט געגאַנגען, װואַרפּנדיק מיט די לאַנגע הענט וי א ווינט-מיל מיט די פליגל, און אַפן פּנים אַ שמייכעלע פון אַ פֿאַרנומענעם מענטשן, וועלכער האָט פאַר- געניגן דערפון, װאָס ער אין אַזױ פאַרנומען.

נאָך זעלטענער זעט מען אַרײַנגײן אין קאַנטאָר אַרײַן דעם הער פורמאַן (אונדזער באַליכטער ,מאיר-קוואשע?), זעט איר, דער הער פור- מאַן האָט שוין דוקא אַ פּנים פון אַן עושר: סאֲליד און גראָב, גייט אַ ביסל שווערלעך בא דער ערד, מיט א שיינער קײַלעכיקער שוװארצער באָרד, די באַקן תמיד מיט אַ פאַרב, די ליפן גראָב און רויט, און אַז ער גייט, שטעלט ער זיך אָפט אָפּ אַפן וועג און בלאָזט זיך אִפּ אַ ביסל, די פּאָלעס צענומען, און אַ שיינע װײַסע מאַנישקע מיט א שװאַרצן ברייטן זשילעט נעמען אַרום גאַנץ פעסט זײַן קײַלעכיק בײַכל, וועלכעס האָט אַ חשגה צו ווערן מיט דער צײַט נאָך קײַלעכיקער. ער גייט אַרײַן צו זיך אין ‏ ,קאַנטאָר? אַרײַן (אַזױ רופט מען די קלייט, װוּ דער קאַסיר שטייט באַם טישל און קלאַפּ אַף די ביינדלעך) זייער שטרענג, מיט גרויס קד ראַזש, און פירט זיך מיט די מענטשן זייער שטרענג; ,ער בלאָזט מון זיך", װוי מע רופט דאָס. און מע האָט טאַקע פאַר אים דרך-ארץ, בעת ער קומט אַרײַן, הגם מע לאַכט פוֹן אים און מע קריסמט אים איבער צווישן חברה פּריקאַזטשיקעם, בעת ער גיים אַװעק. ער האָט זיך זײַן אייגענעם שטול אין ,קאַנטאָר?, אַף וועלכן ער צעלייגט זיך מיט גרויס גדלות, װוי באַם טאַטן אין װײַננאָרטן. און יעדער מאָל, װאָס ער גייט אַרײַן, מוז ער עפּעס זאָגן אַ דייע: ‏ /

--- דער דאָזיקער װוײַן איזו אַ ביס? צו דאָס... מע דאַרף אויס- שרײײַבן אַנדערע הערינג, מחמת זיי זײַנען שוין געװאָרן דאָס... איר זאָלט מיר אַף באַנאכט צוגרייטן אַ חשבון פון אַלע דאָס...

און כאָטש אַלַּע האָבן גאַנץ גוט געװוסט, אַז דער הער פורמאַן פאַרשטיים אַזױ װאָס אין חשבון טוט זיך, פּונקט וי דער האָן פאַרשטײיט

00 שש לום ע5יכ 8

אין ,בני-אדם", דאָך האָט מען אים דעם חשבון געמוזט ברענגען, און ער האָט אַף מאָרגן נעגעבן דעם קאַסיר אַ מיעסן פּסק:

-- װאָס פאַר אַ דאָס האָט איר מיר נעכטן געגעבן? איך האָב פײַינט אַזעלכע דאָס {..

און קוים איז ער אַרױסגעטרעפן פון קאַנטאָר, אַזױ האָט זיך יוסעלע דער משרת תיכף ומיד צעלייגט אַפן שטול מיטן בויך אַרױסגעשטעלט, פּונקט װוי דער הער פורמאַן און בלאָזנדיק און פּעכקענדיק, האָט ער אים איבערגעקרימט ;

--- װאָס איז דאָס פאַר אַ דאָס? איר זאָלט מיר דאָס!.

צווישן חברה פּריקאַזטשיקעס ווערט אַ געלעכטער. עס איז דערגאַנ- גען דערצו, אַז אײינמאָל איז דערפון פרידמאַן געװואָר געװאָרן, האָט ער יאָסעלע דעם משרת דורכגעטריבן. פרידמאַן האָט נישט געװאָלט, מען זאָל לאַכן פון זיין שותף! פרידמאַן האָט געלעבט זייער גוט מיט פור" מאַנען ! אין יענער צײַט איז פורמאַן געווען דער ,געלט-שידוך"; זײַן גאַנצע ירושה, די הונדערט טויזנט רובל, האָט ער אַרײַנגעבראָקט אין נעשעפט אַרײַן, און אַף אַלע פּאַפּירן איז געווען געחתמעט פורמאַן גלײַך מיט פרידמאַנען. חתמענען זיך האָט פורמאַן זייער ליב געהאַט; אַז עס | איז נעקומען צום חתמענען זיך, האָט ער פאַרקאַטשעט די אַרבל, אַװעקי געזעצט זיך מעשה מיניסטער און אַ שנײַד געטאָן דעם נאָמען קמאיר פורמאן" מיט אַזאַ קוראַזש און מיט אַזױ פיל דריידעלעך און פלעכטע- לעך, אַז עס איז אויסגעקומען אַ קוילעטש פון אויבן, אַ קוילעטש פון אונטן, צוויי בייג? באַ די זײַטן און אין מיטן עטלעכע שטעקעלעך מיט פּינטעלעך.

מע קאָן זאָגן, אַז די דאָזיקע חתימה איז קיינעם ניט אַזױ שטאַרק געפעלן געווען, וי אים אַלֵיין, און טאַקע דעריבער האָט ער קיינמאָל ניט געקוקט, אויף װאָס ער חתמעט זיך ; אַבי די חתימה זאָל אויסקומען מער פאַרדרייט און פאַרפלאָכטן. הלוואי װאָלט פורמאַן מער אַרײַנגעקוקט אין דעם, װאָס פרידמאַן הייסט אים זיך חתמענען, װאָלט אפשר געווען פיל נוצלעכער און געזינטער פאַר אים!.

פורמאַן האָט אָבער נישט געהאָט קיין שום סיבה ניט צו גלייבן און ניט צו פאַרלאָזן זיך אַף זײַן חבר, אַה זײַן שותף פּרידמאַן. ערשטנם, קען ער דאָך מאָטלען פון קינדװײַז אָן פאַר אַן ערלעכן ; צווייטנס, האָט פרידמאַן פון זיינעטוועגן געטאָן אַזױ פיל, װאָס מע טוט ניט אַפִילו אַן

: : , ליז קינ דע ר שפ יל | 8

אייגענעם ברודער; דריטנס, איזן פרידמאַן אַליין אַן עושר; און ועל כולם, ווען ער זאָל זיך ניט פאַרלאָזן אַף פרידמאנען, מוז ער דאָך אַלֵיין זײַן אומעטום, אַכטונג געבן אַפן געשעפט, אַרײַנקוקן אין די חשבונות -- און דאָס איז שוין אַ צו שווערע הלכח פאַר מאיר-קוואַשע! גענוג פאַר אים, װאָס ער מישט זיך צווישן די פּריקאַזטשיקעס, זאָגט זיי דעות שטענדיק, רײַסט זיי אויס פאַר אַן איבעריקן גראָשן, זשאַלעװעט עסן די משרתים, הייבט-אויף אַ גװאַלד פאַר אַ ביס? וװײַן, װאָס מע האָט אומ- גערן פאַרגאָסן, רײַסט-אַראָפּ שכירות באַם סטאָראָזש און פירט זיך אויף בכ2, וי עס דאַרף זיך אויפפירן א שטרענגער באַלעבאָס, װאָס היט אִפּ

דאָס געשעפט... פרידמאַן האָט דאָס געזען און איז געווען פון דעם זייער צופרידן : געוויס, געוויס, אַזױ דאַרף זיך טאַקע פירן אַ באַלעבאָס! -- און אַלין

האָט ער זיך גענומען צום חשבון...

פריער, אַז זײַןן שווער בערצי וװוײַנשענקער איז געשטאָרבן, האָט ער אים איבערגעלאָזט אַן אײַנגעמאַלענעם װײַנקעלער, אַן אלטע שטוב מיט אַ נאָמען -- און נישט מער ! דאָס ביס? קאַפּיטאַל, װאָס מאָט? פרידמאַן האָט צונויפגעשלאָגן, האָט ער אַרײַנגעבראָקט אין דער דירה, װאָס ער האָט זיך אויסגעבויט, מיטן קעלער, װאָס ער האָט צורעכט געמאַכט, און װײַל ער האָט שוין געהאָט א נאָמען, האָט ער אַראָפּגעבראַכט אַ טראַנס- פּאָרט װײַן אף קרעדיט, און זיצנדיק אַזױ איינמאָל? אין א ווינטערנאכט איבער די חשבונות, האָט ער שטיל א רוף געטאָן זײַן ווייב:

--- מלכח, קום נאָר אַהער אֵף א ויילע!

--- װואָס איו, מאָטל ?

--- מלכה, מיר שטייען שמאָל, מלכה! דו זעסט? אָט איז דער חשבון אינגאַנצן פאַר די אויגן : עס גייט אונדו אָפּ, טרעף ווים ?

--- וויפל 4 וויפל ?

--- פינף טויזנט זײַנען מיר שולדיק, און צען טויזנט דאַרפן מיר האָבן צום מאַרק. סיר מוון דאָס האָבן ! פופצן טויונט מוון מיר האָבן, דו פארשטייסט צי גיין 3,..,

נו, איז דען אַ חידוש, װאָס מאָט? האָט צונענומען מאירן פאַר אַ שותף, און וואָס פרידמאַן און פורמאַן זײַנען געװאָרן פאַרבונדן מיט פרײַנטשאַפט און מיט ליבשאַפט נאָך מער, וי אמאָל, וי אין די יונגע יאָרן ?

6 ש לום ע יכ מם

נאָר װוי זייער פּרײַנטשאַפט און זייער ליבשאַפט איז גרויס געווען, אַזױי איז די פרײַנטשאַפט און די ליבשאפט צווישן זייערע װוײַבער געווען הונדערט מאָל אַזױ גרויס און אַזױ שטאַרק. דאָס איז געווען אַ ברענענ- דיקע ליבע צווישן צוויי לײַבלעכע שוועסטער, װאָס זײַנען איבערגעגעבן איינע דער אַנדערער מיטן לעבן, מיטן גוף און מיט דער נשמה !

דער דאָזיקער שיינער געשיכטע פון דער רירנדיקער פרײַנטשאַפט צווישן די צוויי יוננע פרויען שענקען מיר אין אונדזער דערציילונג גאר אַ באזונדער קאַפּיטל, 0 |

דאָס זעקסטע קאַפּיטל אַ זעלטענע ליבע צוישן צוויי פרויען

פּריִער, מײידלװײַז, האָבן זיי זיך גאָר נישט געקענט. דאָס. הייסט, וויסן האָבן זיי דווקא געװוּסט איינע פון דער אַנדערער: טײַבעלע רב לייבציס האָט געוווסט, אַז באַ בערצי ווײַנשענקער איז דאָ אַ טאַכטער, אַ גראָבע מויד, װאָסק קען זיך מיט אַלע שיכורים פון איר פאָטערס ווײַנ- שענק, און נעמט-צו געלט אום שבת, און גיט אױסגאָב אום שבת, און איז שוין אָנגעשטאָפּט מיט יאָרן, און איז שיין ,ווי מײַנע צרות" און נאָך, און נאָך. . . און מלכה בערציס האָט געהערט, אַז באַ רב לייכצי רב פּינחסלס איז דאָ אַ טעכטערל, אַ קליינס און אַ גרינס, קוים װאָס עס רעדט, בייז װוי אַ יאַשטשערקע, קוקט נישט נלײַך אַף קיין מאַנצב? און גייט-אויס נאָך אַלע שנײַדער-יינגלעך, און נאָך, און נאָך... ערשט דעמאָלט האָבן זיי זיך אָנגעקוקט רעכט, בשעת זיי זײַנען געװאָרן כלות פון איין שטאָט --- דעמאָלט האָבן זיי זיך גוט באַטראַכט פון קאָפּ ביז די פיס ; איינע האָט געװװוּסט, וויפ? קליידלעך און װאָס פאַר אַ שאַלעבל די אַנדערע האָט, און וויפל? אַרשין בלאַנדן זי האָט זיך געקויפט, און װאָס פאַר אַ מתנות דער חתן האָט איר געשיקט, -- און ביידע האָבן זיי געטראָגן גלײַכע שמערצן: מלנה האָט מקנא געווען טײַבעלען אַף דעם טײַערן בראָש מיט די אוירינגלעך, װאָס איר רײַכער מחותן האָט איר געשיקט, און טײַבעלע האָט שיעור ניט געפּלאַצט, קוקנדיק אַף מלכהס

קינדע רישפי5 79

סאַמעטענעם בורנאָס מיט שליאַמעס, װאָס בערצי ווײַנשענקער האָט איר געמאַכט צו דער חתונה,

ערשט נאָך דער חתונה, אַז זיי זײַנען זיך צונויפגעקומען צוזאַמען מיט זייערע מאַנען, וועלכע האָבן זיך געמאַכט גאַנצע אָפטע וויזיטן, וי אַלטע חברים, ערשט דעמאָלט האָבן זיך די דאָזיקע צוויי יונגע װײַבלעך באַקענט פּערזענלעך, און אַךְ! װי ליבלעך, װי פרײַנטלעך זיי האָבן זיך צערעדט צווישן זיך, קנאַקנדיק די ניסלעך און פארטרינקענדיק מיט קאַלט װאַסער און מיט אַלערלײ אײַנגעמאַכטסן, װוי עס פירט זיך באַ אונדו. עס האָט זיך זיי אויסגעוויזן, אַן זיי קענען זיך שוין פון חונדערט יאָר, און פון װאָס האָבן זיי נישט איבערגעשמועסט אין דעם ערשטן מאָל ? די קאַסטנס מיט די שאַפעס האָבן זיך געעפנט, אַלֶע מלבושים זײַנען אָנ געמאָסטן געװאָרן, אַפילן די ציכלעך פון די קישנס, אַפִילו דאָס גרעט איז אַרױס אַף דער סצענע, און דאָס אָנקװועלן מיט דער שמחח איז גאָר ניט צום באַשרײיבן !

און זייערע מאַנען, מאָטל מיט מאירן, זײַנען, געוויינלעך, געזעסן. אין אַ באַזונדערן חדד און האָבן זיך, וי דער שטיינער אין בא יונגע איידעמס, געשפּילט אין שאָך ביז זיינער צוועלף אין דער נאַכט, און אַז זיי האָבן זיך שוין אָפּנעזעגנט און געקליבן זיך גיין אחיים, זײַנען זייערע װײַבלעך נאָך אַלץ געזעסן אײַנגעלעבט איינע אין דער אַנדערער און האָבן געהאַלטן פּונקט אין מיטן אַן אינטערעסאַנטן שמועס, װויאַזױ זי, מלכה, האָט דאָס ערשטע מאָל גערעדט מיט איר חתן, און ויאַזױ |, טײַבעלע, האָט זיך געפירט מיט איר מאַן באַלד נאָך דער חתונה.

--- אַהיים ! אַהיים ! שוין צײַט אַהים! -- האָבן די מאַנען זיי אָנגעהויבן אונטערצוטרייבן,

-- אָט באַלד! אָט באַלד! -- האָבן די װײַבער געענטפערט, נאָךר- ניט געקאָנט זיך אָפּרײַסן איינע פון דער צווייטער.

--- לאָזט שוין איבער אַף נאָך אַ מאָל! -- האָבן די מאַנען געזאָנט מיט אַ געלעכטער, יי --- זע נאָר, וי זיי זעצן די נשמה! -- האָבן די ווײַבער געענט-

פערט אויך מיט אַ געלעכטער און האָבן זיך באַם געזעגענען אַזױ שטארק געקושט, גלײַך וי זיי װאָלטן זיך אָפּגעזעגנט אַף אייביק.

קומענדיק אַהיים און אַרײַנלײגנדיק זיך אין בעט אַרײַן, האָט טי בעלע געזאַנט צו מאירן :

44 שלום ע ליב 8

-- מע זאָנט, אַז פון א חזירשן עק קאָן מען קיין שטרײַמל ניט מאַכן... פאָרט בערציס א טאָכטער ! באַ מײַן טאַטן װאָלט שוין אַ קינד ניט גערעדט אַזעלכע מיאוסע, גראָבע װוערטער! און וי געפעלט דיר אַ ביס?, װי זי האָט זיך עס צעליינט מיט אירע שמאַטעס? כ'לעבן, מאָט? איז שוין אַ סאַך לײַטישער פון איר, כאָטש ער ציטערט אַזױ אי- בער איר. איך ווייס ניט, װאָס האָט ער אין איר אַזעלכעס דערזען, װאָס ער פּאַדקעװעט אַזױ אַרום איר 3.. .

אין דער דאָזיקער מינוט האָט זיך מלכה צעגאָסן פאַר געלעכטער, ליגנדיק באַ זיך אין בעט : |

--- כאַדכאַדכאַ! װי אַ סאָראָקע אַף אַ חזיר -- כאַיכאַיכאַ! און װאָס פאַר אַ באָלװאַן ער איז! יאַרעמע דער סטראָוש -- כאַיכאַיכאַ ! פּאָלאָזשים, איך בין אים ניט מקנא: זי איז אויך נישקשה פון אַ שלאַק ! אַ סחורה!... איך האָב געהערט פון איר נאָך מיידלװײַז, אַז זי שלעפּט די דינסטן פאַר די צעפּ. דערפאַר אָבער גייט זי מיט צוויי צוויעקעס אין די אויערן, און זיי פּאַסן איר, וי מײַנע ווייטיקן ! ביסט עפּעס א מבין, מאָט?, אֵף זײַנע ליפּן? כאַ-כאיכאַ! און זי קװעלט נֹאָך אָן פון אים, כא-כאַדכאַ !...

דאָס זיבעטע קאַפּיטל

| אוים שותפות --- צעשלאָגן די קאַמפּאַניע

אין דער צײַט, בעת די פירמע ,פרידמאַן עט פורמאַן" האָט אַרױס- געשטעלט די באַקאַנטע גילדענע שילד אַף דעם סקלאַד פון װוײַן מיט די קלייטן, האָבן די שותפים זיך באַזעצט ביידע א דעם אייבערשטן שטאָק פונעם מויער, אין וועלכן די סקלאַדן האָבן זיך געפונען, און אַזױ האָבן זיי געקאַנט, קוקנדיק אין פענצטער, קלײַבן נחת פונעם גרויסן געשעפט, װאָס איז אַלֶע מאָל געגאַנגען בעסער און בעסער, כאָטש זייערע שונאים האָבן געזאָגט, אַז דאָס קאָן ניט אױסגעהאַלטן ווערן, און פרידמאַן און פורמאַן װעלן מוזן אינגיכן אָנזעצן, פרידמאַן און פורמאַן האָבן געהערט, װאָס די וועלט רעדט פון זיי, און האָבן זיך אין האַרצן אױיסגעלאַכט פון די דאָזיקע , לײַטישע מײַלער", און האָבן זיך געטאָן זייערס: פרידמאַן איז געזעסן איבער די ביכער און האָט געהיט דעם חשבון, וי אַ הונט די שוועל, און פורמאַן האָט פאַרריסן די נאָז אַזױ הויך און אַרױסגע-

קינ דע רי שפ8 יל 18

שטעלט דעם בויך מיט אַזאַ גדלות, װוי עס װאָלט שוין גאָר ניט זײַן קיין גלײַכן צו אים אַף דער נאַנצער וועלט. ווער װאָלט געזאָגט, אַן אָט דעם זעלבן פורמאַן קאָנט איר טרעפן צו יעדער צײַט אין דער היים אי- בער אַ טאָפּ קאַרטאַפלעס און הערן, וי ער רײַסט אויס די דינסט פאַר אַן איבעריקן צענדליק אייער, װאָס זי האָט געקויפט ?

אַז זײַן נאָמען האָט אָנגעהייבן זיך הערן אַף דער ועלט, האָבן זיך צו אים אַ לאָז געטאָן קרובים פון אַלֶע זײַטן ; אַלערלײ פעטערט, מומעם, שוועסטערקינדער, מחותנים, אַזױ גוטע באַקאַנטע, חברים. לכתחילה איז פורמאַן געווען שטאַרק צוטרידן, װאָס דער אָדער יענער קרוב איז געקו- מען צוֹ אים צוגאַסט; ער האָט אים געמאַכט אַזאַ ברייטן ,ברוך חבא", אַז דעם קרוב האָבן זיך געשטעלט טרערן אין די אויגן פאַר פרייד און פאַר דאַנקבאַרקײט, | |

--- אָבער איך האָב געװװוסט, מאיר, דאָס האַרץ האָט מיר געזאָגט, אַז דו האָסט מיך ניט פארגעסן!...

מאיר האָט אים גענומען אונטער דער האַנט און האָט אים אויס- געפירט איבער אַלע חדרים, געוויון דאָס מעב?, דעם גאַנצן הויף, די קלייטן, דעם קעלער --- אַלץ, אַלץ ! דער קרוב האָט געשאַקלט מיטן קאָם און נאָר געזאָגט: ?0 ס ס ס ס!..." נאַכדעם האָט אים מאיר געזעצט באַם טיש אױבנאָן, געלייגט אים אין טעלער אַרײַן דאָס שענסטע און דאָס בעסטע און האָט געקאָמאַנדעװעט סיטן משרת :

-- אַליק, אַ פלאַש דאָס... באָרדאָ ! אליק, פון דעם בעסטן ראָס,,

אָנגעגאָסן דעם קרוב דאָס ערשטע נלאָז װײַן, האָט ער אים דער- ציילט, װאָס פאַר אַ װײַן דאָס איז, וויפ? ער קאָסט און וועלכע פּריצים טרינקען דאָ אַזא ווײַן.

נאָר װיבאַלד דער קרוב האָט נאָר אָנגעהייבן פאַרהיקען זיך און דערציילן, װאָס פאַר אַ ביטערע צײַט הײַנט איז, ויאַזױ די פרנסה איז געשלאָגן, װויָאַזױ מע ווערט אויסגעריסן, וויָאזוי ער האָט נעבעך געהאט אַן אומגליק אַף זיך, עפּעס אַ שרפה, אַ פּראָצעס, --- אַװױ האָט זיך באַ פורמאַנען אַ ריס געטאָן אין האַרצן : ער האָט באַלד דערפילט, אַז דאָ איז עפּעס ניט גלאַט, אַז דאָס שמעקט מיט געלט. האָט ער אָנגעהייבן פּינטלען מיט די אויגן, שאַקלען מיטן קאָפּ און קרעכצן, און אַף גיך גע- כאַפּט אַף זיך דעם ראָק, אַרױסגעלאַמן אין קאַנטאָר און אָפּנעזעסן דאָרט בי שפּעט אין דער נאַכט. אֵף מאָרגן --- ווידער דאָס אייגענע; אַזי

+ לי (+} שלום עי כטֿ

לאַנג, ביז דער קרוב האָט אַ שפּײַ געטאָן און איז אַװעקגעפאָרן מים ליידיקע חענט,

נאָר ניט אַלֶע קרובים זײַנען גלײַך; עס גיט זיך אויס אַמאָל אַזאַ סמעליאַק, פון וועמענס הענט עס איז שווער אַזױ גיך זיך אַרױסצודרײען ! אַזעלכער איז געווען דער ,פעטער דן", וועלכער פאַרדינט, אַן מע זאָל זאָגן וועגן אים עטלעכע ווערטער. דער ,פעטער דן", מאירס אַ לײַבלע- כער פעטער פון דער מאַמעס צד, איז תמיד געװען אַ קבצן און האָם תמיד געצויגן באַ דער שוועסטער די קליי, בעת זי, מאירס מוטער, איז געװאָרן אַ נגידיתטע. אַלֵיין האָט ער ניט געטאָן קיין האַנט אין קאַלטן װואַסער, האָט זיך גערעכנט פאַר אַן איידעלן ייִדן, װאָס קוקט-אַרײַן אין אַ ייִדישן ספר ; דערפאַר האָט ער געפאָדערט פונעם שװאָגער, פונעם ,;באַלעגאָלע?, ער זאָל אים בײַשטײן אין זײַנע נויטן, און וויפל מע האָט אים געגעבן, איז אים קאַרג געווען. אַ טױבער, מיט שטיקלעך װאַטע אין די אויערן, איז ער תמיד אַרומגעגאַנגען און האָט געװואָרטשעם : ער האָט געהאַלטן, אַז נאָר פאַר זײַן איידלקייט אַלײן האָט שוין דער שװואָ" גער, דער באַלעגאָלע, זיך באַדאַרפט טיילן מיט אים אַף דער העלפט... צום סוף האָט ער אים אַ שעה פאַרן טויט אַפִילו טאַרגעסן אַרײַנצושטעלן אין דער צוואה אַרײַן!... דער ,פעטער דן" האָט דעמאָלט געשוווירן באַ באָרד און פּאות, אַז צײַט ער װעט לעבן װעט ער נים אָנקוקן נים רי שוועסטער, ניט אירע קינדער!... נאָר װאָס אַ מענטש נעמט אַף זיך, איז נאָך אַלץ װײיניק. אין אַ צײַט אַרום, אַז דער ,פעטער דן" האָט דער" הערט, אַז זײַן פּלימעניק ,מאיר-קוואַשע? איז געװאָרן גאָר אַ גאַנצער גביר, אַ מיליאָנער, האָט ער זיך מיישב געווען און איז זיך דורכגעפאָרן צום פּלימעניק, צום הערן פורמאַן, אַ קוק טאָן, װאָס טוט זיך דאָרם אַזעלכעס ? פאָרט אַ פּלימעניק, בלוט און פלייש!...

דער .פעטער דן" איז ניט געקומען צו הערן פורמאַן, װי עס קומט אַ נאַסט --- ניין ! דער ,פעטער דן? איז צו אים געקומען, װי מע קומם צו זיך אַהיים פון אַ װײַטער נסיעח. פּריִער האָט מען אַרײַנגעװאָרפן גלײַך אין זאָל אַרײַן אַ פאַרשמירטן, אַ פאַרשטונקענעם זאַק מים חפצים, אַ גרויסן קישן, פון וועלכן עס זײַנען געפלויגן פעדערן אַ סך, אַ גרויסן בלעכענעם טשייניק, אַ פלאַש מיט בראָנפן, א טלית-ותפילין. און אַלין איז דער ,פעטער דן? אַרײַן מיטן װאָלפענעם פּעלץ (עס איז געוען ווינטער-צײַט), מיט א גרינער שאַל, מיט שטיוו?ל און מיט אַזאַ ליאַרעם,

קינ דע ר שפ יל | | 77

אַז אַלע זײַנען טויט געבליבן פאַר שרעק. װואָס איז דאָס פאַר אַ שלאַק? ווער אי דאָס , .

--- דאָס בין איך ! איך בין עס ! דו האָסט מיך ניט דערקענט ? האַר אויס אַ ביסעלע -- אָט װעל איך זיך אױיסטאָן און אַ ביס? זיך אנואַ- רעמען, אײַ, אַ קעלט, א ביטערע קעלט!,.. אַזױ? דו זיצט זיך טאַקע קיין מעשה ניט! הערסטו!.,. און דאָס איז דײַן װײַב??... קום נאָר אַהערצו, מאירל, נאַ דיר אִפּ שלום-עליכם ! אַדאַדא! מחיח-נפשות אט דאַ באַ דער הרוכע!... אַ ביס? בראָנפן ועט מסתמא זײַן? הא? וי מיינסטו, אַ שטייגער? אָט ואש איך די הענט און דאַװךאָפּ מעריב, וועלן מיר אַ קאַפּ שמועסן.. .

מאיר. ציטערט טאַר כעס און קריצט סמיט די ציין; ער געדענקט נאָך דעם , פעטער דן" פון ייַננפװײַז, װיאַזױ דער טאַטע האָט געליטן פון אים ! נאָר װאָס טוט מען מיט אַ פעטער? אַרױסטרײַבן קאָן מען אים ניט ! מע דאַרף אים עפּעס געבן, עס העלפט זיך ניט -- אבי גיכער פּטור ווערן ! | |

נאָר פון דעם ,פעטער דן" וװערט מען ניט אַזי ניך פּטור; ער הערט ניט װאָס מע רעױט צו אים... מאיר שרײַט צו אים אַף אַ קו? --- ענטפערט ער גאָר בױבעריק ! ער שטופּט װאַטע אין די אויערן און צעליינט זיך אין זאָל, וי בא זײַן טאטן אין װײַנגאָרטן, ער פאַראומערט אַלעמען דאָס לעבן. ער לאָזט נים ריירן, ניט עסן, ניט שלאַפן, דאָס גאַנ- צע הויז איז פו? מיטן ,פעטער דן"!... מאיר מאַכט שוין אַליין אַ רע" דע מיטן פעטער סמכח זײַן קומען. ער פרענט באַ אים היך, אַף קולו" קולות : װאָס וויל ער, װאָס באנערט ער, װאָס פאַרלאַנגט ער פון אים ... דער , פעטער דן" האָט אָבֶער צײַט. ער זאָנט :

--- כאַפּ ניט, מײַן קינד, האָב צײַט אַ ביס?! מיר וועלן נאָך שמועסן וועגן דעם אויך, אס ירצה שם ! דערװײַ? זאָג מיר בעסער, מאיר-סערדצע, אָט װאָסט איז על דיך פרעגן...

ניט אַזױ אָבער אין זיך באגאַנגען טײַבעלע מיט אירע קרוכים, די מאַדאַם פורפאן האָט זיך געשעמט מיט איר אָרעמער פאַמיליע און ניט געקאַנט לײַדן, אַז עס איז צו איר אַרײַנגעקומען אַן אָרעמער קרוב אין אַ צעריסענער קאַפּאָטע, ווען די מאַדאַם פרידמאַן איז געווען באַ איר צוגאַסט ; דעריבער האָט זִי געטיילט מיט דער ברייטער האַנט, נאַטירלעך, | אַז מאיר זאָל ניט וויסן, ניט דערפאר װײַל זי האָט מודא געהאָט מאָרן

18 | | ש לום ע 5 יב ם

מאַן --- ניין ! זי האָט שוין לאַנג געהאַלטן מאירן שטאַרק אין די הענט -- נאָר װײַל עס איז איר ניט אָנגעשטאַנען, אַז אירע פרײַנט, איר גִילד דענע משפּחה, זאָל דאַרפן אָנקוומען צו איר טאַן.

די מאַדאַם פרידמאַן איז געווען גליקלעכער פון איר. אַ געזונטע און אַ פריילעכע, האָט זי געלעבט אַ גוטן טאָג, געװוּסט פון א װעלט צו זאָגן, שטאַרק ליב געהאַט דעם מאַן, וועלכער איז אױסגעגאַנגען נאָך אי רע טריט, געפירט זיך אַ סך פרײַער פון טײַבעלען, דהיינו: דעם פּאַריק שוין לאַנג אַראָפּגעװאָרפן, געגאַנגען אין טעאַטער, געשלאָסן באַקאַנט- שאַפט מיט יונגע לײַט. עס קאָן זייער זײַן, אַז די מאַדאַס פורמאַן װאָלט זיך אויך דערלויבט אַזױ צו לעבן, ווען איר פאָטער זאָל ניט הייסן רב לייבצי רב פּינחסלס און זי זאָל ניט הייסן נאָך עד היום , טײַבעלע לייב- ציס". אײַ, האָט זיך איר נעבעך געגלוסט אַראָפּװאַרפן דעם פּאַריק און ארויסשטעלן כאָטש אַ ביסעלע אירע שיינע שװאַרצע האָר! באַ איר איז דאָך שענערע האָר, װי באַ דער ,געלער" מאַדאַם פּרידמאַן ו... ניט קאָנענדיק דערגרייכן איר ווילן, האָט זי אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער פיַינט געקריגן איר פריינדן --- די מאַדאַם פרידמאַן; איר געלעכטער, אירע ,געלע? ניט-צוגעדעקטע האָר האָבן איר געברענט די אויגן און געשטאָכן אין האַרצן ! די מאַדאַם פרידמאַן האָט דאָס גאַנץ גוט געװווּסט, און האָט שוין לאַנג געפּיקט מאָטלען אין קאָפּ אַרײַן, אַז עס װאָלט שוין צייט געווען אָפּטײילן זיך פונעם שותף און אָנהייבן זעלבסטשטענדיק צו לעבן אַף דער וועלט..

--- אוודאי, זאָג איך דיר, וועסטו זי אַװעקקלען ! -- האָט איר מאָטל דערויף געענטפערט, --- דו װועסט איר גאָר מאַכן דעם טויט! דו ווייסט, מלכה, וויפל?, אַ שטיינער, עס קאָן אים אַריסקומען אַף זײַן חלק? אַנו, טרעף! װועסט טרעפן, צי ניין?

---;וויפל ?

--- כמעט דרי הונדערט טויזנט קערבלעך ! דו פאַרשטייסט צי ניין?.

-- אָט דעם סטאָראָזש?!... אָט דער יאַשטשערקע+!.

און מלכהן איז אַרײַן א שלעכטער געדאַנק אין קאָפּ אַרײַן... דער דאָזיקער געדאַנק האָט זי לאַנג-לאַנג ניט געלאָזט רוען, ביז זי האָט אָנ" געהייבן מוטשען דעם מאַן, װאָס האָט זי תמיד געפאָלגט, אַזױ אַז ער האָט צולעצט אויך מסכים געווען דערויף.

קינדע רישפיל | 19

אַף װאָס האָט ער מסכים געווען ? דאָס האָבן זיי ביידע צווישן זיך קיינמאָל ניט גערעדט, נאָר זיי האָבן ביידע פאַרשטאַנען איינער דעם אַנ- דערן אָן ווערטער, |

און אָט זיצן זיי ביידע; פרידמאַן און פורמאַן. פרידמאן רעדט און

מאַכט מיט דער האַנט; ער װײַוט דעם שותף פּאַפּירן, חשבונות ; ער װאַרפט אַף די ביינדלעף ; ער שוויצט און פאַרענטפערט ויד און רעד מיט גרויס היץ :

--- פאַרשטייסט צי ניין 4 פארשטייסט צי ניין?..

--- יאָ! איך פאַרשטיי, וויאַזױ דאָס... פון ואנען אָבער קומט עס, אַז עס זאָל זײַן אַזױ דאָס?:.. -- פרעגט אים פורמאַן, קוקנדיק אַראָפּ אַף די שפּיץ שטיוול מיט פארפלאמטע באַקן און מיט אַ צעבלאָזע- נער נאָז, און די הענט ציטערן באַ אים, און דער שטערן שוויצט,

אַ שווערע צײַט איז דאָס געווען טאַר דעם הער מיט דער מאַדאַם -פורמאַן { אַ שווערע צײַט פאַר די דינסטן אין שטוב ; נאָר שווערער פון אַלעמען איז דאָס פאַר מאָט? פרידמאַן ! ער פילט, וי נידעריק, וי ניט- ערלעך ער באַגייט זיך מיט זײַן חבר, װאָס האָט אים כמעט באַ זײַן לעבן דערהאַלטן מיט דער ירושח! נאָר די מאַדאם פרידמאן נעמט אה זיך די עבירה. זי איז ערב פאַר אַלֵץ. זי האָט אַ סך אורזאַכן, אַז דעם שותף, דעם גראָבן פורמאַן, קומט מער ניט װי פופציק טויזנט רוב?. דאָס איז אויך צופיל: ער האָט קיינמאָל ניט געאַרבעט, און, פארקערט, אַלץ גע- געסן פונעם גרייטן, און זי, די יאַשטשערקע, האָט אױסגעחאַלטן אַ גאַנ- צע משפּחהח מיט טונעיאַדצעס, ליידיקגייערס...

די מלחמה האָט זיך געצויגן אַ פַּאָר חדשים. טײַבעלע טרײַבט דעם מאַן, ער זאָל לויפן, וויינען, שרויען, זיך פמאַרלאָזן אַף מענטשן. פרידמאַן איז מרוצה זיך פאַרלאָזן אף מענטשןן,

-- אָף מענטשן ?! -- שרײַט מלכה פרידמאן. -- אַה מענטשן? מײַן טאַטנס וװײַנקעלער ? מײַן מאַנס האָרעװאַניע? איך וויל ניט קיין מענטשן ! איך דאַרף ניט קיין מענטשן!...

אן עק -- א סופ ! שוין צעטיילט. דאַנקען גאָט --- געפּטרט !

באַ די פרידמאַנס אין נאַנץ ליכטיק און פריילעך. דער הער פריף- מאַן זיצט באַ זיך אין קאַבינעט, וי תמיד, איבער זיינע חשבונות. ער איז שטאַרק פֿאַרטראַכט, און וי א קליין װאָלקנד? פליט-דורך איבער זײַן געזיכט און ליינט אַ קנייטש אפ זײַן הויכן װײַסן שטערן. נאָר מט

50 ש ? ו ם ע ליכ ט

עפנט זיך די טיר און עס גייט אַרײַן די מאַדאַס פּרידמאַן, געזונט און שיין, פריילעך און צופרידן, איצט איז זי די איינציקע באַלעבאָסטע אי- בערן גאַנצן רײַכטום, שוין פּטור געװאָרן פון די שותפים! זי נייט צו צום מאַן, לייגט אַנידער איר פעטע האַנט אֵף זײַן דאַרער פּלײיצע. ער טוט זיך אַ װאָרף און דערזעט מלכהן. אַ, מלכה ?... ער האָט גאָר ניט געהערט, װווי זי איז אַרײַנגעגאַנגען! זי יל וויסן, װאָס איז ער אַזױ פאַרטראַכט, פאַרזאָרגט 4 גאָרניט ! נאָרניט! ער. פארענטפערט זיך און כאַפּט אַרױס אַ שטיק? פּאַפּיר פונעם שופלאָד און װײַזט איר מיטן פינגער, אָן ווערטער. זי קוקט לאַננ-לאַנג, און אַ רויט צוויק? באַדעקט איר געזיכט. אַפן שטיקל פּאַפּיר שטייט אַ ס מיט פינף נולן, אָט אַזױ; 0, | |

--- דו פאַרשטײיסט צי ניין ? --- זאָנט צו איר מאָטל? פרידמאַן, -- דו פאַרשטײיסט צי ניין 3...

-- אַ {! זי פאַרשטייט שוין זייער גוט ! דאָס הייסט אַזױ גרויס, וי פינף הונדערט טויזנט רובל! אַ האַלבער מיליאָן!.

דאָס אַכטע קאַפּיטל א מלחמה צווישן דעם אײַזערנעם באַלקאָן און די רויטע לאָדן

אַלץ איז געווען פריער : אי דער שיינער מויער, אי די סקלאַדן, אי די קלייטן, אי די פּריקאַזטשיקעס מיט די װײַסע פאַרטעכער, אי דער קאסיר פיט דער פּען הינטערן אויער -- אַלץ, אַלץ וי פריִער. נאָר די גרויסע שילד מיט די גרויסע גילדענע אותיות ,פרידמאַן עט פורמאַן" ‏ איז ניטאָ. אַף איר אָרט העננט שוין אַן אַנדער שילד אַ גרעסערע און אַ שענערע, מיט שרעקלעך גרויסע בוכשטאַבן: ,פרידמאַן". אויבן, אַפן אײַזערנעם באַלקאָן, זיצט די מאַדאַם פרידמאַן, און אַרום איר זיצן יונגע לײַט, פרויען, באַקאַנטע --- און מע טרינקט טיי. עס איז גאַנץ פריילעך ; אַלע ריידן און לאַכן. די מאַדאַם פרידמאַן קוקט אַראָפּ פונעם היכן באַלקאָן אַקענן, אַף אַ קליין װײַס שטיבל מיט רויטע לאָדן באַ די פענצ" טער, זי לאָזט ניט אַראָפּ קיין אויג פונעם דאָזיקן שטיב?. זי זעט, זי

7 בא

! - קינ דע ריש י5 | י 81

הפילט, וי אַ פּאַר שוואַרצע אויגן קוקן דאָרט דורכן פענצטער גלײַך אַף איר מיט קנאה און מיט שנאה. די מאַדאַם פרירמאַן גייט אין אַ לײַבט װײַם קלייד, איר האַנט ליגט אַה דער פּאַרענטשע פונעם באַלקאָן, און אַ גרינג ווינטעלע פאַרגנבעט זיך צו איר אין אַרב? אַרײַן און דעקט אָפּ איר האַנט, איר װוײַסע פעטע חאַנט, די צוויי שװאַרצע אויגן, װאָס קוקן אַף איר דורכן פענצטער פונעם װײַסן שטיבל מיט די רויטע לאָדן, טרעטױאָפּ פון זייער אָרט, טוען אַ שפּײַ און קערן זיך אום צוריק צום פענצטער און קוקן װוײַטער אַפן באַלקאָן. וויפ? שמערצן, וויפל קנאה, וויפל שנאח גייען-אַרױס פון די דאָזיקע שוואַרצע אויגן צום באַלקאָן, און וויפל שלעכטיקייט, וויפ? נקמה גיסט זיך פונעם באַלקאָן אַראָפּ אַף דעם דאָזיקן װײַסן שטיבל מיט די רויטע לאָדן, מיט די שװאַרצע. אויגן, װאָס טרעטן קיינמאָל ניט אִפּ פונעם פענצטער,

אַלע מאָל זעען די שװאַרצע אויגן, װי עס פאָרט צו צום טויער אַ גלענצנדער פאַעטאָן, און די ,געלע", די גראָכע מאַדאַם פרידמאַן, זעצט זיך קוים אַרײַן, און אַ פּאר טײַערע פערדלעך טראָגן זי אַװעק צום טײַך זיך באָדן, אַ גאַנצן טאָג זעען די שװאַרצע אויגן, װוי אונטן, אין די סקלאַדן, קאָכט װי אין אַ קעסל, דער עולם שטופּט זיך, מע פייזט געלט, און גרויסע שווערע פּעק מיט סחורה קאַטשעט מען אַרײַן און אַרױס. און אויבן, אַפן באַלקאָן, לעבט מען אַ גוטן טאָג. מע פרעסט און מע זויפט און מע טוט זיך אָן אַלע פאַרגעניגנס ! די רײַכסטע לײַט פאָרן צו אַהין מיט וויזיטן, אָפּטמאָל טאַנצט מען דאָרט און מען הוליעט אִפּ אַ גאַנצע נאַכט ביזן װײַסן טאָג אַרײַן, און בעת דאָ עפנט מען נאָר אויף די רויטע לאָדן, שטייט שוין דאָרט דער לאַקיי אָדער דאָס שטוב-מייד? און טרייסלט אֶפּ דעם שטויב פון די טײַערע דיװאַנעס מיט די סאַמע- טענע קליידער, און דער שטויב פליט און לייגט זיך דאַ אֵף די רויטע לאָדן, וי בכיון, װי אפ צודלהכעיס... אַז צום באַלקאָן פאָרט צו די | מאַדאַם שפּיגלגלאָז, די מאַדאַם רעגנבויגן אָדער די מאַדאַםס שטעכנהאָלץ, ווייסן שוֹין די שװואַרצע אויגן, װאָס מע רעדט דאָרטן ; זיי טרעפן, זיי פילן, װאָס זאָנט די מאַדאַם שפּינלגלאָז, װאָס דערציילט די מאַדאַם רענו- בויגן און פון וועמען לאַכט די מאַדאַָס שטעכנהאָלץ. און אַז די שװואַרצע אויגן דערזעען אַרױסנײן אַפן באַלקאָן אַ הויכן יוננן מאַן מיט פאַננע בלאַנדע האָר, מיט גרויע אויגן און מיט אַ װוײַס געזיכט, קלערן זיי זיך;

זאָט איז ער שוין, איר , קדיש" ! אַ לאַנגער, א װײַטער גאַלאַגאנס-

82 שלום עליכ ם

קער האָן... זי מיינט, אַז איר באָריס װעט זײַן אַ דאָקטאָר. . . עס וועט איר נאָך פריִער די אויגן אַרויסקריכן, ביז עס װועט אַמאָל עפּעס ווערן ! אַזױ לאַנג קרענקט זי, וי לאַנג מײַן ראָזע וועט אַפילן װעלן קוקן אַף איר באָריסן מיט די לאַנגע פיס ! אַ ! אָט גייט מײַן ראָזעטשקע ! טראָגט מיט זיך ביכער, נאָטן, עס קער איר גוט שטעכן, דער ,גראָבער"! איך ווייס --- זי פאַרגינט מיר ניט מיטן גאַנצן האַרצן!?...

+ + + + ++ ++ + + + +

! אָט גייט זי, די ,קאַרלעטשקע?" !? -- קלערט זיך אין דער דאָזיקער מינוט די מאַדאַם פרידמאַן אַפן באַלקאָן. --- ,פּונקט אַזױ גרויס וי די מאַמע אירע, און גרין אויך אַזױ וי די מאַמע, און מיינט אויך, אַז יעדער קוקט אַף איר און איז זי מקנא. שאַ { זי טראָנט, דאַכט זיך, | עפּעס אַ ביכ?? אַ נאַנצע מלומדת, אַ קאַטאָװעס אַ ביס?ל? זי שפּילט אַפן טאָפּטשאַן, כאַ-כאַיכאַ!?7...

און אַ בייזער נעלעכטער, פול מיט סם-המות, גיסט זיך פונעם הויכן אײַזערנעם באַלקאָן אַראָפּ אַפן נידעריקן ווײַסן שטיבל מיט די רויטע לאָדן. און צוויי שװאַרצע אויגן װאַרפן פון זיך פײַער צוריק אַרױף אַפן אײַזערנעם באַלקאָן.

די דאָזיקע צוויי שווארצע אוינן געחערן צו דער מאַדאַם פוֹרמאַן, און דער שיינער אײַזערנער באַלקאָן -- צו דער מאַדאַם פרירמאַן.

ניט מער וי זעכצן-זיבעצן יאָר צודיק זײַנען די דאָזיקע צוויי װוײַב- לעך געזעסן ביידע אַף איין קאַנאַפּע, געקנאַקט צוזאַמען ניסלעך, געגעסן אײַנגעמאַכטס, געלאַכט און געשפּעט פון דער גאַנצער וועלט, געלעבט וי צוויי שוועסטער, וי צוויי טרײַע ליבנדע שוועסטער -- אוֹן אַצינד?

נאָר ווי טרויעריק די לאַגע איז געוועזן צווישן אָט די צוויי פרויען, איז זי צווישן זייערע מאַנען נאָך טרויעריקער געווען; דער חילוק איז נאָר, װאָס די ווײַבער האָבן נגעפירט אַן עפנטלעכן קריג צווישן דעם איי' זערנעם באַלקאָן און די רויטע לאָדן, און זייערע מאַנען האָבן מלחמה געהאַלטן צווישן זיך פאַרשטעלט, באַהאַלטן, טיפף-טיף אין זייערע הער- צער. קיינער האָט ניט געקאַנט פאַרשטיין, פאַרװאָס האָט זיך דער הער פורמאַן, זינט ער האָט זיך אָפּגעטײלט פונעם הער פרידמאַן, פאַרשלאָסן באַ זיך אין שטיב? מיט די רויטע לאָדן, אַזױ אַז מען האָט אים שוין מער ניט געזען, װוי ער שפּאַצירט אַרום איבער דער שטאָט מיט אַ פאַר- ריסענער נאָז, מיט אַ גרויסן בויך און מיט די הענט אין די קעשענעס,

3

: =: 54

קינ דע ר שפ יל | טס

ווי פריֶער. ער האָט זיך פאַרשלאָסן אין דעם דאָזיקן װײַסן שטיבל?, וועל- כע ער האָט זיך געקויפט באַנלד נאָך דער ,חלוקה", און האָט צונע- שלאָגן אַף די פענצטער שטאַרקע אײַזערנע לאָדן, װאָס אים איז אויס- געקומען אָפּצופאַרבן מיט רויטן, און האָט שוין מער ניט געװאָלט אַרױס- טרעטן פון שטוב, װוגּ ער האָט פאַרבראַכט א סך אאָרן, ליגנדיק אוים- געצויגן אַח אַ האַרטער סיראַטענער סאָמע, אָדער זיצנדיק אין אַ סירא- טענער קרעסלע און ציענדיק אַ פּאַסקודנעם פּאַפּיראָס. ניטאָ שוין אַמאַ- ליקע ווייכע פאָטעלן ! ניטא די סאַמעטענע דיװואַנעס ! ניטאָ יענע שמעקנ- דיקע ציגאַרן ... |

תחילת, אַז פורמאַן האָט זיך צעטיילט מיםט פרידמאַנען, האָט ער. געװאָלט אויפברעכן אַקעגן אים אַ קאָנקורענציע. איז ער אַװעקגעפאָרן און האָט געבראַכט אַ גרויסן טראַנספּאָרט װוײַן און האָט אין אַ פאַרלויף פון אַ האַלב יאר געפּטרט שיינע עטלעכע קערבלעך. האָט ער דערזען, אַז ער קאָן זיך מיט פרידמאַנען ניט שפּילן, אין יענער צײַט האָט ער אַ חוץ דעם געפירט קענן דעם שותף א גרויסן פּראָצעס, פון וועלכן ער האָט באַדאַרפט גליקלעך ווערן ; אַזױ האָבן אים געזאָגט זײַנע אַדװאָקאַטן. נאָר דער סוֹף האָט באַװיזן, אַז דאָס װאָס טורמאַן פלענט זיך אַזױ גריננ, אומבאַטראַכט חתמענען אֵף יעדן פּאַפּיר, װואָס פרידמאן האָט אים אונ- טערגערוקט, האָט אים געקוילעט ביז נאָר, און דער פּראָצעס האָט אים אויך אָפּגעקאָסט אַ שיינע קאָפּיקע. דעמאָלט האָט פורמאַן דערזען, אַז קיין אַנדער געשעפט איז ניטאָ, אויסער וי געבן געלט אֵַף פּראַצענט, זײַן אַ מלוח אָדער אַ ,באַנקיר? --- איז ער געװאָרן אַ באַנקיר,

דער געדאַנק, אַז דער, װאָס דאַרף דאָס געלט, װעט מוזן צו אים אָנקומען, אים בעטן, האָט אים דערהאַלטן באַם לעבן, און די ערשטע עטלעכע יֹאָר האָבן די פורמאַנס דערוען, אַז נאָך אין צען יאָר אַרום קאַנען זיי ווערן נבירים, און זייער שכן פרידמאַן, פליענדיק און טראַס- קענדיק, קאָן פּלאַצן און בלײַבן באַנקראָט, און אפשר נאָך אָנקומען צו זיי, צו די פורמאַנס, װי אַמאָל... די דאָויקע זיסע האָפענונג האָט זי געצווונגען צו פאַרגעסן אָן דעם אומגליק, װאָט זיי האָבן געהאַט, און זיי האָבן גענומען שינדן די פעל פון זייערע בעלי-חוכות, רײַסן פּרא- צענט פון פּראָצענט אָף װאָס די וועלט שטייט !

פורמאַן איז שוין קליגער געװואָרן און האָט שוין אָנגעהויבן היטן חשבון; זײַן פריִערדיקער שותף האָט אים געקאָסט נענוג רבי-געלט.

54 : יי ש לום ע 5 יכ ם

און װוי נליקלעך זײַנען זיי געווען דעם טאָג, ווען זיי האָבן דערהערט, אַז מע רעדט אַף פרידמאנען עפּעס ניט פריילעך, גאָר ניט פריילעך, זייער-זייער ניט פריילעך! פורמאַן האָט נאָכאַמאָל איבערגערעכנט דאָס חוואָכצעטל?ל? און האָט דערזען, אַזן איבעראַיאָר קאָן געמאָלט זײַן, ער זאָל האָבן אַ החונדערט טױזנט רובל! דאָס יאָר אין אַװעקגעגאַנגען; פּרידמאַן האָט אָנגעהויבן נאָך מער גלאַנצן, נאָך מער קלינגען אַף דער וועלט, און זיי, די פורמאַנס, האָט איין פּריץ אָנגעזעצט פופציק טויזנט רובל. ווידער אַ פּראָצעס, ווידער אַדװאָקאַטן, װוידער אומזיסטיקע הוצאות מיט אומזיסטיקער מי, ניין! מע דאַרף זײַן נאָך מער געהיט און מע דאַרף רײַסן די הויט!... מע דאַרף לעבן מיט חשבון און מע דאַרף היטן דאָס קערב?ל! װאָס װועט זאָגן דער אײַזערנער באַלקאָן, אַז די רויטע לאָדן וועלן בלײַיבן אָן אַ גראָשן געלט ?... און די פורמאַנס זײַנען געװאָרן אַזױ קאַרג, אַז קיין אָרעמאַן האָט ניט אַריבערגעטרעטן זייער שוועל; קיין אָרעמער קרוב איז שוין מער ציי זיי נים געקומען; דעם ,פעטער דן" האָט פורמאַן אָן צערעמאָניעס אַרױסגעטריבן און זײַן גאַנץ ביטער האַרץ האָט ער אױסגעלאָזט צו אים. אפילו די גאָלדענע משפּחה פון רב לייבצי רב פּינחסלס פאַמיליע האָט שוין אויך מורא געהאַט באַװײַזן זיך צו די פורמאַנס. טײַבעלע האָט דאָס אפילו ניט געװאָלט לײַדן, נאָר פון דער צײַט אָן, װאָסּ זיי האָט אָנגעהויבן דאָס גליק גיין צוריק איז מאיר געװאָרן אַזױ צערייצט און צעבייזערט, אַז טײַבעלע האָט אָנגעהויבן פאַר אים דרך-ארץ האָבן, מורא האָבן, אַזױ לאַנג אַזױ ברייט, ביז פורמאַן איז געװאָרן אַ דעספּאָט באַ זיך אין הויז, אַ טיראַן, װאָס יעדער האָט געציטערט פאַר זײַן פּאַרע, פאַר זײַן קוק. אַ שטילער פון שטענדיק אָן, האָט פורמאַן נאָך מער פײַנט געהאַט אַצינד צו ריירן, פאַרברענגען, װוי דער שטיינער איז, מיטן װוײַב, מיטן קינד, און האָט זיי שטרענג פאַרבאָטן, אַז דער נאָמען , פּרידמאַן" זאָל ניט דערמאָנט ווערן באַ אים אין שטוב!,.. אֵף טײַבעלען איז געקומען אַ שװערע צײַט, דאָס לעבן איז איר קיין לעבן ניט נעווען : פון איין זײַט דער מאַן דער

דעספּאָט, און פון דער אַנדערער זײַט דער אײַוערנער באַלקאָן. און גאָט - ווייס, צו װאָס זיי װאָלטן געקומען, ווען ניט איר איינציקער טרייסט אַף דער וועלט, איר טײַערסטער חיות, איר איינציקע טאָכטער, איר קינד --- ראָזעטשקע, מיט וועלכער זי האָט פאַרבראַכט אירע גאַנצע יאָרן און טעג, און פאַר וועלכער איר האַרץ איז געווען תמיד אֶפן., נאָר דאָס דאָי

קינ דע ר - שפ יפ

זיקע קינד האָט געזען און געפילט, װיאַזױ איר סמוטער לעבט, װאָס זי טראָגט איבער -- זי האָט איר אָבער ניט געקאַנט העלפן מיט נאָרניט : ערשטנס, איז זי אויך געווען דאָס זעלבע שוואכע באַשעפעניש, װוי איר מוטער, און, צווייטנס... נאָר דאָס וװוערט באַ אונדז דערציילט אין פאָלגנדיקן קאַפּיטל,

דאָס נײַנטע קאַפּיטל

אַ פלאַמיפײַעריקע ליבע צװוישן דעם אײַוערנעם באַללאָן און די רויטע לאָדן.

דער אײַזערנער באַלקאָן און די רויטע לאָדן זײַנען געווען פאַרבונדן צווישן זיך ניט נאָר מיט קריג אַליין, ניט נאָר מיט קנאה, מיט שנאה, מיט נקמח און מיט שלעכטיקייט ; דעם אײַזערנעם באַלקאָן מיט די רויטע לאָדן האָבן, אַחוץ דעם, פאַרבונדן צוויי יונגע הערצער מיט די שטאַרקסטע קייטן פון דער ערשטער, זיסער און צויבערלעכער ליבע! ניט איין מאָל האָט דער אײַזערנער באַלקאָן געשיקט צו די רויטע לאָדן הייסע, פלאממייערדיקע בריוועלעך, און די רויטע לאָדן האָבן געענטפערט דעם אײַזערנעם באַלקאָן מיט זודיקע ווערטער, מיט ברענענדיקע אויגן, מיט קלינגענדיקע קושן. דער אײַזערנער באלקאָן האָט ניט געקאַנט לעבן אָן די רויטע לאָדן, און די רויטע ?אָדן האָבן פאַרנאָסן הייסע טרערן, ווען זיי האָבן ניט געזען פאַר זיך דעם אײַזערנעם באלקאָן.

באָריס פרידמאַן און ראָזע פורמאַן, װאָס זײַנען פון קינדװוייז גע" וואַקסן אונטער איין דאך, דערצוינן געװאָרן גלײַך, געלערנט בא איין לערער, האָבן זיך די ערשטע יאָרן פײַנט געהאט אַזױ שטאַרק, אַז ניט איין מאָל האָבן זיך איבער זיי די מוטערס צװישן זיך געקריגט און געריפן. באָריס האָט תמיד בײַנעקומען די קליינע ראָזעטשקע און האָט זי אָפּטמאָל געשלאָגן פאַר איר וויינען, פאַר איר בלאָון זיך, פאַר איר גדלות און אַלע אירע אַנדערע מעלות, װאָס זי האָט געהאַט בירושה פון איר טאַטן. באָריס, פאַרקערט, איז געווען א פריילעכער, אַ לעבעדיקער, אַ געזונטער יונגאַטש און האָט ניט געקאַנט סוב? זײַן ראָזעטשקעס קווו"

80 | ש ? ו ם ע 9 יכ ם

טשענדיק קולכל און האָט ניט געקאַנט אֶנקוקן אירע שטענדיקע פאַר- וויינטע שווארצע אויגלעך. ביז ער האָט זיך נאָר אויפגעהערט מיט איר צו באַגענענען. און אַזױ איז אַװעקגעגאנגען א צײַט מיט איאָרן.

אין דער דאָזיקער צײַט איז ראָזע געװואַקסן אַליין, אָן חברטעס, אָן באַקאַנטע, און אירע יונגע קינדערשע יאָרן זײַנען געגאַננען זייער או- מעטיק, איינפאַך, טרויעריק;: די מוטער איז געווען פאַרנומען פריער מיט פּליאָטקעס, נאַכדעם מיטן פּראָצעס, און צולעצט מיטן אײַזערנעם באַלקאָן, פון וועלכן זי האָט קיין אויג ניט אַראָפּנעלאָזט, און דער פאָטער האָט איר פון קינדװײַז אָן באַװויזן, אַז ער איז אַ פאָטער און פאַר אים דאַרפ זי דרך-ארץ האָבן. זעלטן האָט זי זיך געזען מיטן פאָטער: קר" מענדיק פונעם שרײַבער, האָט זי אַליין אָפּנעגעסן און גענומען זיך צום ביכ? ; צום פאָטער אין קאַבינעט אַרײַן האָט זי מורא געהאַט אַרײַנ- טרעטן, סײַדן אַמאָל פאַרגנבענען זיך, דורך אַ שפּאַרונקעלע כאַפּן אַ קוק --- און אַנטלויפן. מיט דער מוטער האָט זי יא ליב געהאַט צו זיצן און דערציילן איר מעשיות, נאָר מייסטנטיי? האָט די מוטער פֿאַרבראַכט באַם פענצטער, קוקנדיק אַרױף אַפן באַלקאָן, -- און אין יענער צײַט האָט מען זי ניט געטאָרט אָנרירן און איבערשלאָגן איר די געדאַנקען, און ניט איין מאָל האָט ראָזעטשקע געכאַפּט פּעטש פון דער מוטער דער- פאַר, װאָס זי אין געקראָכן צו איר דעמאָלט, בעת זי איז געזעסן באַם פענצטער און געקוקט אַרױף אפן באַלקאָן, פון דעמאָלט אָן האָט שוין דאָס קינד געװוּסט, אַז ווען די מוטער זיצט באַם פענצטער און קוקט |אַ ח ין, טאָר מען צו איר ניט צוגיין..

ערשט דעמאָלט, אַז ראָזע אין אַלט געװאָרן דרײַצן יאָר און אין שוין געגאַנגען אין פּאַנסיאָן, איז זי געװאָר געװאָרן, ואָס באַטײַט אָט דער דאָזיקער אײַזערנער באַלקאָן און פאַרװאָס קוקט אַהין די מוטער מיט אַזאַ פײַער, וויפל שרעקלעכע זאַכן האָט ראָזע זיך דעמאָלט אָנגע- הערט פון דער מוטער! פון וים? שלעכטיקייט, פאַרדאַרבנקייט און אומדאַנקבאַרקייט איז זי געװאָר געװאָרן צו דרײַצן יאָר !

--- מאמעניו ! טײַערע מאַמע! קוק גאָר ניט אַהין!.

און אַלֵיין פלענט זי זיך פאַרגנבענען און כאַפּן אַ קוק אַרױף, אָפן באַלקאָן, און לאַנג-לאַנג קוקן אַה דער גראָבכער מאַדאַם פרידמאַן, װיאַזױ זי װואַרפט זיך אַרײַן אין דער קאַרעטע אַרײַן און פליט אַרום צווישן די קלייטן און ברעננט צו פירן אַהיים פּעק מיט סחורה, מיט עסנװאַרג, און

קינ דע ר - שפ יפ 81

ויָאַזױ געסט פאָרן צו און פאָרן אִפּ --- און זיי, די פורמאַנס, קוקן ניט אָן כמעט די ליכטיקע שײַן, קיינער פארט צו זיי ניט, און זיי קענען זיך מיט קיינעם ניט, און אין שטוב פירט מען זיך וי באַ דעם ערגסטן קבצן : דער פאָטער טיילט אַלֵיין אַרױס אין מאַרק אַרײַן, און נעמטאָפּ חשבון באַ דער ייִדענע פון פלייש, פון זאַלֶץ און פון ציבעלעס, און אַמאָל צעבייזערט ער זיך אַזױ אַף דער מוטער, אַז זי פאַלט אַרײַן אין בעט אַרײַן און באַװאַשט זיך מיט טרערן.

-- דו פאַרגעסט זיך? -- שרײַט אֵף איר דער פאָטער. -- דו װוילסט מיך בדלות שטעלן, איך זאָל דאַרפן גיין איבער די הייזער איבער דיר, דו אויסברענגערן ? אַלע טאָג אַ האַלב פונט ליכט ? ווער פאַרמאָגט דאָס אַלע טאָג צוויי פונט פלייש? גענוג איין מאָל אין טאָג עסן פלייש באַ אָט אַזאַ יקרות ! עס איז נאָך קאַרג, ואָס די קעכן באַגנבעט מיך אַלע טאָג, אַלע שעה, אַלע מינוט, אַלע רגע, און מע צעטראָגט מיר די ביינער פון אַלע זײַטן? מע ראַבעװעט, מע גולט, מע רײַסט פון די הענט, און קיינער זאָגט ניט א װאָרט !...

די מוטער ליגט מיטן פּנים אין קישן, און די טאַכטער זיצט נאַנט נעבן איר און ציטערט, װי אַ שעפעלע. זי האָט מורא אויפהייבן די אויגן, און איז זיך מחיה, ואָס ,ער" איז שוין אַנטשװיגן געװאָרן. דער פאָטער הייסט באַ די דאָזיקע צוויי פרויען ער"?; קיין אַנדער נאָמען האָט ער באַ זיי ניט,

--- שטיי אויף, מאַמע, ,ער" איז שוין אַנשוויגן געװאָרן און ליגט שוין אַף דער סעראַטענער סאָפע.. ,

טײַבעלע שטייט אויף מיט רויטע אױגן, און צווישן דער מוטער מיט דער טאָכטער פאַרבינדט זיך אַ לאַנגער שמועס, נאָר שטיל, קוים װאָס מע הערט. פון אַלץ, פון אַלץ ווערט דאָ איבערגערעדט: וויאַזוי זי, טײַבעלע, איז אַמאָל געווען גליקלעך, ויָאזוי זיי זײַנען אַמאָל געווען רײַך. אמת, זיי זײַנען אַצינד אויך ניט אָרעם; עס קאָן זײַן אַז זיי זײַנען אַצינד רײַכער וי אַמאָל, נאָר זי ווייס עס ניט. דאָס ווייס ,ער" . ,ער" האַלט דאָס געלט אין קאַסטן, אין דעם אײַזערנעם קאַסטן, דאָרט ליגן אַ סך פּאַפּירן, וועקסלען, דאָקומענטן, באַנקאָווע בילעטן, משכונות, געלט, און נאָר ,ער" אַליין גייט צום קאַסטן, ,ער" האַלט באַ זיך די שליסעלעך, און זי האָט מורא צו זיי זיך צוצורירן. זי װויל אים ניט פרעגן ; זי אין גערן, אַז .ער" טשעפּעט זי ניט. און אַלץ איבער זיי,

68 ש ל ו ם ע 5 כ ם

איבֶער אָט די מערדער, װאָס אַפּן אײַזערנעם באַלקאָן !. .. -- װאָס איז דאָרט באַ אײַך פאַר סודות? -- שרײַט פורמאן,

ליגנדיק אַהּ דער סעראַטענער סאָפע.

פורמאַן ציטערט פאַר אַ שאָרך... ער האָט מורא פאַר גנבים, פאַר גזלנים, מע זאָל אים חלילה ניט באַפאַלן. ער פאַרלאָזט זיך אַף קיינעם ניט, אַלֵיין פאַרמאַכט ער אַלֶע נאַכט די רויטע לאָדן, פאַרשליסט די טיר. און כאַפּט זיך אויף עטלעכע מאָל אין דער נאַכט און טאַפּט דעם אײַזער" נעם קאַסטן, די שליס?. אַף יעדן באַזונדער קוקט ער מיט מורא, מיט חשד, יעדער איז אים עפּעס װוי פאַרדעכטיק. אפילו דאָס װײַבג, דאָס קינד װואַרפן אויך אַף אים אָן אַ מרה-שחורה, בעת זיי זיצן אין שלאָפצימער און שושקען זיך שטילערהייט... ווער ווייס? אפשר ריידן זיי זיך עפּעס אָן צווישן זיך? אפשר פאַרטראַכטן זיי אַ ‏ שלעכטע מחשבה קעגן אים 4.. .

-- ראָזעלע! ראָזעלע! קום נאָר אַהער, ראָזעלע!

מיט אַראָפּנעלאָזטע. אויגן, אַ בלאַסע, אַ דערשראָקענע, גייט זי צו צום פאָטער, |

-- קום אַהער! קום אַהער נענטער! קוק נאָר אָן אַ ביסל, וי זי האָט עס מורא... איך על דיך ניט אויפעסן! איך בין ניט קיין דאָס !... זאָג נאָר, טאָכטער, װאָס איז דאָרטן געװוען באַ אײַך פאַר אַ דאָס ? װאָס האָט דיר די מאַמע עפּעס געזאָגט אַזעלכעס ? זאָג נאָר דעם דאָס... דעם אמת ! זאָג אויס, האָב קיין מורא ניט פאַר דאָס!...

נאָר אַמאָל, זייער זעלטן, טרעפט זיך באַ אים אויך אַ גוטע שעה, ער ווערט עפּעס וי לעבעדיקער, מונטערער און ווייכער. ער קוקט דעם װײַב אין די אויגן אַרײַן, וי איינער, װאָס פילט זיך, אַז ער איז שולדיק. ער מאַכט מיט איר אַ רייד וועגן דער טאָכטער, וועגן זייער איינציקער טאָכטער: |

--- הערסט, טײַבעלע, דאָס,.. איך מיין אַקעגן דעם... ראָזעלע איז שוין, קיין עין-הרע, אַ דאָס... אַ פײַן מיידל. מע װאָלט שוין באַ- דאַרפט אַ טראַכט טאָן מכח אַ דאָס... דאַנקן גאָט, אַ ביסל דאָס איז פאַראַן. . . ניט קיין סך --- אַזױ, קיין מעשה ניט (ער טוט זיך אַ טאַפּ אין קעשענע באַ די שליסעלעך). ... פאַרשטײט זיך, אויב מע וועט אונדז אָפּגעבן אַלע דאָס... אויב עס װעט ניט זײַן חלילה קיין אָנזֹעצן באַ היינטיקע דאָס... פון ראָזעלעס וועגן האָב איך אָפּגעלײגט באַזונדער

קינ דע ר ישפ יל 59

אַ ביסל דאָס (ער קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן)... זאָלסט איר נאָר ניט זאָגן, טײַבעלע! אַ קינד, ואָס טוינ דאָס איר צו וויסן? אַז עס וװועט קומען די דאָס. . . די צײַט, װועט זי אַלֵיין װויסן.. ,

טײַבעלע פאַרגעסט ויך: זי מיינט, אַז דאָס איז אַמאָליקע יאָרן, בעת זי האָט געקאָנט אַ געשריי טאָן אַף מאירן, אַזױ אַז ער זאָל צובײַסן די צונג. זי שמעלט אָן אירע שװאַרצע אױיגן אַף איר מאַן און הייבט אָן צו טענהן פאַר איר קינד:

--- איך פארשטייט ניט, װאָס אין דאָ פֿאַראַן מורא צו האָבן פאַר אַן אייגן קינד? וכפרט..,.

-- שאַישאַ -- היינט אָף איר אָן מאיר צוֹ שרײַען, מאַכנדיק מיט די הענט. -- זע נאָר, וי מען האָט איר דאָ אָנגערירט דעם דאָס... דעם האָנאָר ! איך זאָל דיך וועלן פאָלגן, װאָלטן מיר שוין לאַנג באדארפט גיין אין די דאָס.., אין די הײַוער! דו קערסט מיינען, אַז באַ מיר אין פולע קאסטנס מיט דאָס 9...

די מאַדאַם פורמאַן גייט אַװעק פונעם מאַן מיט אַ ביטער האַרץ, -- און עס גייען ווײַטער אוועק פינצטערע, וויסטע, טרויעריקע טעג, לאַנג" לאַנג, אָן אַ סוף, אָן אַן עק ! די מוטער זוכט איר טרייסט באַ איר קינד, באַ איר איינציקער טאָכטער, בא איר טײַערער געטרײַער ראָזועטשקע, און איר טײַערע געטרײַע ראָזעטשקע זוכט איר טוייסט אין אַ בייגעלע פּאָסט-פּאַפּיר, וועלכע איז באשריבן נעדיכט פון אַלע פיר זײַטן, מיט אַ סך פּאַסיקלעך און סיט אַ סך פּינטעלעך. אין דעם דאָזיקן בייגעלע פּאָסט-פּאַפּיר, וועלכן ראָזע טראָנט באַ זיך אפן האַרצן און לייענט דאָס נאָר באַנאַכט, באַ אַ צװײיגראַשנדיק ליכט?, בעת די גאַנצע שטוב שלאָפט שוין לאַנג, שטייט געשריבן דאָס דאָזיקע :

?מײַן נשמה, מײַן לעבן, מיין מלאך -- ראָזע!... דאָס ליבסטע װאָרט, דער גרעסטער טיטל װעט זײַן נאָר אַ באַלײידיקונג פאַר סײַן ליבע צו דיר. מײַן טײַער לעבן ! אַך, פאַר װאָס בין איך אַזױ געשטראָפט, אַז איך מוז מיט דיר רעדן אַף פּאַפּיר ? װאָס האָבן מיר אַזעלכעס פאַר- זינדיקט ? סיר דאַכט, אַזן אין די דרײַ יאָר, װאָס אונדזערע הערצער זײַנען צונויפגעקניפּט געװאָרן מיט דער ויסער אייביקער ליבע, האָבן מיר אויסער שמערצן קיין גוטע שעה ניט פאַרזוכט 4 נאָר, דאַנקען נאָט, איך קאָן דיר פאַרזיכערן, אַז דאָס איז שוין דאָס לעצטע יאָר, דער לעצ- טער חודש, די לעצטע װאָך, דו הערסט ? -- די לעצטע ואָך פון אונדזער

90 שלום עליכם

אַרעסט ! ניט מער וי אין פינף טעג אַרום ענדיקט זיך באַ מיר דער עקזאַמען, און איך פאָר.... ניין ! איך פלי צו מײַן טײַערער, טײַערער, טײַערער ראָזע אַף תמיד, אֵף אייביק-אייביק, מײַן ראָזע, מײַן שמע- קענדיקע, מיין בליענדיקע ראָזע, מײַן אייביקער און מײַן איינציקער פרײַנט אַף דער גאַנצער װעלט!... | ,פון מיר דײַן פריינט, דײַן ברודער און דײַן אויסלייזער, װאָס דערװאַרט שוין די מינוט די רגע צו זען דיך, װאָס קושט די ערד ווו דײַן פוס טרעט, װאָס לעבט אינגאַנצן נאָר צוליב דיר, װאָס טראָגט דײַן פּאַָרטרעט באַ זיך אַפן האַרצן, װאָס װעט גאָט פאַר דיר שטענדיק, װאָס בוקט זיך דיר פון װײַטן, | ,באָריס פרידמאַן",

דאָס צענטע קאַפּיטל

װזּ עס װוערט באַשריבן, װיַאַזױ אַ ייִדישער פּרינץ, פון װועלכן עס דאַרף אַרױס אַ פּראָפֿעסאָר, אָרער, לכל חפּחות, אַ דאַקטאָר, גיט"אָפּ גלענצנד דעם עקואַמען און פאָרט טאַנצנדיק = און זינגענדיק אַהים

אונדזער העלד, באָריס פרידמאַן, גייט-אום מיט ברייטע שפּאַן אי" ! בערן צימער, און רײַבנדיק זיך דעם שטערן, כאַפּט ער זיך א סאַך מאָל צום ביכ? און לייגט דאָס ווידער אַװעק, אַזױ לאַנג, ביז ער טוט אַ שמיץ די ביכער אָן דער ערד און כאַפּט אַ בייגעלע פּאָסט-פּאַפּיר און שרײַבט. אָן איינע פון די דאָזיקע בריוו, װאָס מיר האָבן שוין געהאַט די מעג- לעכקייט פאָרצושטעלן פאַר אונדזערע לייענער אין דעם פאָריקן קאַפּיטל. ער טראָנט אַליין אִפּ דאָס בריוול אַף דער פּאָסט, און גייט פון דאָרטן גלײַך אין טעאַטער אַרײַן. אַפ מאָרגן שטייט ער אויף מיט אַ קאָפּװײטיק און קאָן ניט גיין אין גימנאַזיע צום עקזאַמען. נאָכדעם קומט צו אים דער רעפּעטיטאָר און זאָגט אים מוסר און דערמאַנט אים, אַז ער קאָן

ק ינ ד ע ר - שפ יל 91

בלײַבן אַפן צווייטן יאָר אין לעצטן קלאַס, און דער פאָטער וועט זײַן דערפאַר שטאַרק ברונז. אונדזער העלד וויינט אַזױ לאַנג, ביז ער פאַלט אַרױף דעם לערער אַפן האַלדן און דערציילט אים מיט טרערן פון זײַן ליבע, פון זײַן ראָזע, פון זײַן טײַערער, טײַערער ראַזע! דער לערער איז אויך ניט מער וי אַ יונגער מענטש מיט אַ ווייך װאַרעם האַרץ, קוקט ער אַפן שילער און שאַקלט מיטן קאָפּ און פּינטלט מיט די אוינן. ער דערמאַנם זיך אַצינד, װיַאַזױ ער האָט אַלֵיין אַמאָל געהאַט אַ שיין מייךפ מיט אַ זיס קול און מיט ברענענדיקע אױגן. װיִאַזױ ער האָט אָן איר ניט געקאַנט לעבן. װיַאַזױ זי האָט געקוקט אֵף אים און האָט צו אים געואָגם: אאַך! דײַנע האָר! דײַנע האָר!/,.. פאַרשטײיט זיך, אַז בייגעלמאַן (אַזױ חייסט דער לערער) אין אין זײַן ליבע ניט גליקלעך געווען און האָט שוין לאַנג פאַרגעסן דאָס שיינע מייד? מיט די פייער- דיקע אויגן. דאָך איז באַ אים אין האַרצן געבליבן אַ פונק, װאָס צאַנקט נאָך ערגעץ. טיף-טיף אין דער נשמח, און אַ קליין ווינטעלע קאָן דאָס נאָך אַמאָל צעבלאָזן, עס זאָל דערפון ווערן א פײַערל. ביינעלמאַן פאַר- שטייט דעם שילער: נאָר װײַל בייגעלמאַן איז שוין ניט קיין ייִנגל און האָט שוין אַף זײַן לעבן ניט איין סאָל זיך געלייגט שלאָפן אַ הוננערי- קער, דעריבער פרעגט ער דעם שילער א קלאץדקשיא:

-- יאָ, באָריס, אַלץ איז רעכט ! װאָס זשע װעט אָבער זײַן דער תכלית ? דו דאַרפסט דאָך אָפּגעבן דעם עקזאַמען! מע װעט דאָך דיך אַרױסטרײַבן פון גימנאַזיע ! דײַן פאָטער װועט דיך אַף דער שוע? צו זיך ניט אַרױפלאָזן. ער וויל דיך זען נאָר א פּראָפּעסאָר, אָדער, 535 הפּחות, אַ דאָקטאָר... דו קאָסט אים שון אֶפּ אַזױ פיל גאָלר! דו דאַרפסט, . . |

באָריס פאַרשטעלט אים דאָס מויל מיט דער האַנט און לאָוט אים גאָר נים רעדן װוײַטער. װאָס מיר געלט ? װאָס מיר פּראָפּעסאָר? ראַָזע, ראָזע איזן מיין פּראָפעסאָר!...

--- יאָ, ביזט טאַקע גערעכט: ראָזע איז דײַן פּראָפּעסאָר. װאָס וועסטו אָבער טאָן, אַז דו וװועסט שוין מיט איר אַנטלױפן און חתונה האָבן ? װוּ װועסטו נעמען מיטלען צום לעבן? עסן, טרינקען?...

--- בייגעלמאַן ! װאָס רעדט איר? וי קומט דאָס נאָר צו אײַך, איז איר זאָלט גאָר אַזעלכעס פרעגן? און מײַנע הענט? און האַלץ האַקן ? און ערד גראָבן? און זעקלעך טראָגן ?...

99 ' ש?ום עפינם

בייגעלמאַן שאַקלט מיטן קאָפּ, קוקנדיק אפן זיינער, און מיט אַ ביטער שמייכעלע גייט ער אַװעק צו זײַנע איבעריקע שילער, און באָריס, דער קינפטיקער האָלצהאַקער, ערדגראָבער און זעקלטרעגער, עסט דער- װײַל אַ שיינעם אָנבײַסן, פאַרטרינקט מיט א גוט גלאָז װײַן און פאַר- רויכערט א טײַערן ציגאַר,. דער זעקלטרעגער גייט זיך דורך אַ ביסל אין מאַרק צווישן די קלייטן, װוּ די קרעמער פרייען זיך, אַז זיי דערזעען אים פון װײַטן, און ברענגט אַהיים אַ נײַע פּאָר הענטשקעס, צוויי פלעשלעך פּאַרפיומען, גליצערין-זייף, אַ שפּאָג?-נײַעם שניפּס, װאָס פאַרשפּיליעט זיך פון ביידע זײַטן, אַ האַלב טוץ נײַימאָדישע העמדער, אַ גוטן טשעמאָ- דאַן, אַ פּאָר מעשענע לײַכטער מיט אַ טוץ מעסער און גאָפּלען, מיט נאָך אַ סך זאַכן, װאָס ער דאַרף זיי אֵף כפּרות האָבן ; נאָר דאָס איז שוין באַ אים אַזאַ חולאת, אַזאַ שלאַפקײט פון שטענדיק -- אויסגעבן געלט און קויפן אַלץ, װאָס דאָס אויג דערזעט,

די טעג פונעם עקזאַמען האָבן זיך שוין געענדיקט, און אָט איז שוין דער לעצטער טאָג אין גימנאַזיע -- דער אַקט. אָט פליט מיט רויטע פאַר- פלאַמטע באַקן גאָלדענשטאַדט אַהיים מיט דער ערשטער פנאַנראַדע? אונטערן אָרעם. ער װעט קומען אַהיים וי אַ העלד, װאָס האָט אײַנגענוד- מען די מפּחמה און פאָרט אַצינד מיט טריומף, און אַלע מענטשן, אַלע ביי- מער, אַלֶע ווינקעלעך שרײַען אים קהורראַ !"

אַ בלאַסער, אַ געלער פאַר כעס, פאַר קנאה, שטייט זילבערשטאַרט אָן אַ זײַט און איז גרייט צערײַסן די לערערס דערפאַר: װאָס גאָלדענ- שטאַדטן האָט מען געשענקט די ערשטע ,נאַגראַדע, און אים, זילבער- שטאַדטן, װאָס האָט אַ גאַנץ יאָר אַזױ ערנסט, אַזױ געטרײַ געהאָרעװעט, -- האָט מען גענעבן אַ פײַג, ניט קיין אנאַגראַרע...

אַ טויטער שטייט אײַזענשטאַט אין אַ ווינקעלע -- ער, אייזענ- שטאַדט, האָט ניט אױיסגעהאַלטן דעם עקזאַמען! וי אַזױ װעט ער קר מען אַהיים צו אָרעמען פאָטער, צום שנײַדער, וועלכער האָט פון זיך די קליי געצויגן און זיך אױיסגעבראַכט אפן זוןן? די מאַשין פאַרזעצט, גע- האָרעװעט ביז אַן אויג איז אים אויסגערונען --- און צום סוֹף !...

און אונדזער פּרינץ, באָריס פרידמאַן, דרייט זיך אויך דאָ אַרום אי" נעם טײַערן גאַרניטער, אויסגעזייפט, אויסגעשמירט מיט שמעקנדיקע טראָפּנס און פאַרקעמט וי אַ מיידעלע, מיט אַ װוײַסן שרונט איבערן גאַנצן קאָפּ, ער ווייס, אַז אין זיין בילעט שטייט : הס1סגממסמץ,

קינ ד ער -שפ י 9 | ר 7 : טס

נאָר ער דרייט זיך דאָ אַרום אַ פאַרטראַכטער, אַ װאַזשנער, גלײַך װוי ער איז אַרײַנגעגאַנגען אַהער פון דער נאָס אַ קוק געבן, װאָס טוט זיך דאָ, און דאָרטן, אין ווינקל, שטייט אײַזענשטאַדט, דער בידנע אײַזענשטאַרדט מים די גרויסע אויגן, אַף אַן אָרט, פּונקט וי אַ פאַרגליווערטער,

פונדעסטוועגן, זאָרגט נים; באָריס פרידמאן פארט אַהיים מיט א גאַנצע קאָמפּאַניע חברים, וועלכע ער פירט צו זיך אַף זײַנע הוצאות. א פריילעכער וועג ! זומער. די פעלדער זײַנען גרין. די זון באַקט, די שטיי- נער פונעם שאָסיי גליֶען, און די פערד טראָגן דעם עקיפּאַזש כמעט אין דער לופטן. איין װערסט נאָכן אַנדערן פליען פאַרבײַ די אױגן, און ;חברה" עפענען אויף די געמבעס און מע זינגט צזאַמען, אַלע מאָל אַן אַנדער לידל, שטאַרקער פון אַלֶע שרײַט גאָלדענשטאַדט. אין דעם דאָזיקן יונגן מענטשן זינגט די ערשטע ,נאַגראַדע?. אים ציט נאָך זילבערשטאַדט מיט אַ שרעקלעכן באַס, װאָס בייזערט זיך א דער וועלט פאר דעם אוט- רעכט, װאָס עקזיסטירט נאָך אַף דער ערד. נאָר איין אײַוענשטאדט זיצט אײַנגעהויקערט און טראַכט וועגן זײַן אָרעמען פאָטער, דעם שנײַדער, װאָס האָט געפּטרט אַן אויג איבערן זון... נאָר פרידמאַן, גאַלדענשטאַדט און זילבערשטאַדט לאָזט אים לאַנג נישט טראַכטן ; זיי שטורכן אים אונטער פון אַלע זײַטן, ער זאָל אויך זינגען מיט זיי. |

און אײַזענשטאַדט עפנט-אויף דאָס מויל, פאַרקרימט זיך אַזױ זויער | און לאָזט אַרױס אַזא משונח-נאַריש קול, אַז חברה ווערן שיעור נישט צעזעצט פאַר נעלעכטער,

אין יעדער קרעטשמע שטעלט מען זיך אָפּ. מע נעמט צו קאַפּעלעך, מען דאַרף באַװײַזן, אַז מען איז שוין ,גרויסע". . . מע פאלט פון די פים, מע לאַכט פון אײַזענשטאַדטן. אייזענשטאַדט אַלֵיין לאַכט שוין אויך --- און מע פארט װײַטער.

אפן צווייטן טאָג קומט מען אַהיים, צו פרידמאַנען. פיר יונגא- טשעס שפּרינגען-אַרױס פונעם וװאָנן, און דער העכערער פון אַלע, מיט לאַנגע בלאַנדע האָר, מיט רויטע בעקלעך, עלענאַנט געקליידט, מיט א רײַזעטאַש איבער די פּלײיצעס, מיט אַ גילדענער פּענע, פליט דער ערש- טער אפן באַלקאָן, אפן באַקאַנטן אײַזעדנעם באַלקאָן, און פאַלט-אַרױף דעם פאָטער און דער מוטער אפן האַלדז, און מע קושט זיך איין מאָל, און צוויי מאָל, און דריי מאָפֿ, און נאָך אַמאָל, און ווידער אַמאָל, מאָטל און מלכח ווייסן שוין גאַנץ גוט פונעם אומגליק, װאָס זייער זון האָט

04 ש לום עפיב ם

געטראַפן ; וי אַזױ מע האָט אים נעבעך אפן עקואַמען געמוטשעט, וי אַזױ איינער פון די לערערס האָט אים נעבעך אומזיסט:אומנישט ,גע" שניטן?, דערפון האָט זיי שוין באָריס לאַנג געשריבן, און דער לערער, בייגעלמאַן, האָט אויך געשריבן, אַז די מעשה איז לויטער אמת..

-- אָט זײַנען מײַנע חברים: גאָלדענשטאַדט, זילבערשטאַדט און אײיזענשטאַדט, מיט וועלכע איך בין געקומען אַהער פאַרברענגען די ואַ- קאַציעס, איר קאָנט זיי פרעגן; זיי ווייסן דעם אמת. אָט דער דאָזיקער אײיזענשטאַדט האָט אויך דעם זעלבן אומגליק, װאָס איך. אֵַיאָ, אייזענ- שטאַדט ? איך זאָג אמת, צי ניין ?...

אײַזענשטאַדט, װאָס איז דאָס ערשטע מאָל אין אַזאַ רײַכער שטוב, שטייט און פּינטלט מיט די אויגן.

--- נוינו, באָריס ! מע גלויבט דיר, מע גלויבט דיר! -- זאָגט אים די מוטער, די מאַדאַם פרידמאַן, און כאַפּט אים נאָך אַמאָל אַרום קושן.

--- דו. פאַרשטײיסט צי ניין ? דו פאַרשטייסט צי ניין ?... --- זאָגט דער הער פרידמאַן וי צו זיך אַליין, קוקנדיק אפן זון און אויסרעכענענדיק אפן קאָפּ, וויפי? קאָסט ער אים שוין אין דער צײַט פון די דאָזיקע אַכט יאָר, װאָס ער האָט אים אומזיסט אָפּגעהאַלטן אין דער גימנאַזיע,

--- מזל-טוב ! איר ,קדיש" איז שוין נעקומען!... -- זאָגט טײַבע- לע פרידמאַן צו זיך אַליין, קוקנדיק פונעם פענצטער מיט די רויטע לאָדן אַרױף, אפן באַלקאָן.

--- טײַערער, טײַערער! --- זאָגט צו זיך ראָזע פורמאַן, קוקנדיק טונעם אַנדערן פענצטער אף איר טײַערן באָריס פרידמאַן, און קוועטשט זיך מיט ביידע הענט שטאַרקישטאַרק צום האַרצן, גלײַך װוי ?ער" איז שוין דאָ, אין אירע אָרעמס,

דאָס עלפטע קאַפּיטל.

װויָאַזױ דער ,פטודענט" באָרים פרידמאַן מיט זײַנע דרײַ חברים פאַרברענגען נוצלעך די צײַט

מיט וועמען קער זיך דאָס, אַ שטיינער, אָן, װאָס סע שטייט אָנגע-

שריבן באַ באָריס פרידמאַן אפן װוײַסן בויגן פּאַפּיר, וועלכן ער האָט גע- בראַכט אַהיים פון דער גימנאַזיע? וועמענס עסק איז דאָס? דער בױגן

קיגג דע רישפ יפ 98

פּאַפּיר ליגט באַהאַלטן באַ דער מאַדאַם פרידמאַן אין אַ קאָמאָד, און זי רופט אים ,דער טעסטאַט?, און איר זון הייסט בא איר ,דער סטודענט".

וי צופרידן, וי גליקלעך איז די מאַדאַם פרידמאַן מיט איר זון, מיטן פרישן, געזונטן, שיינעם סטודענט! זי האָט אים אָפּגעגעבן באַזונדערע צוויי חדרים פון זײַנטשװעגן מיט זײַנע חברים, וועלכע זײַנען דאָ ניך גע- װאָרן היימיש, חוץ איין אײַזענשטאַדט, װאָס קאָן נאָך אַלץ נישט פאַ- רגעסן דעם פאָטער, דעם בלינדן שנײַדער, און זיצט דעריבער באַוונדער אין אַ ווינקעלע, בלעטערט אַ בוך און װויל? זיך גאר ניט אַרײַנמישן צו זײַנע חברים, וואָס קלײַבן זיך פאָרן הינטערן שטאָט אף אַ גאַנצן טאָג שיפן זיך איבערן טײַך. אליק דער משרת פּאַקט אין טשעמאָדאן אַרײַן צידה לדרך : געבראָטענע קאַטשקעס, ווורשט, װײַן, ניס, קאַנפעקטן. דער עקיפּאַזש שטייט שוין באַם באַלקאָן, עס גייען אַרױיס דרײַ יונגעלײַט און זעצן זיך אין אים אַרײַן, אליק זעצט זיך אַקעגן, דער קוטשער טוט א שמײַס די פערד --- און חברה סטודענטן פאָרן אַוועק. די מאַדאַם פריך" מאַן זאָגט ;

-- אַ גאַנץ יאר האָרעווען נעבעך די סטודענטן, וי די פערד, דאַרפן זי זיך אַצינד אָפּרוען. יעדער מענטש דאַרף האָבן רו, ובפרט נאָך אַ יונ- גער מענטש, אַ סטודענט!..

אפּנים, זי איז צופרידן דערמיט, װאָס זי קאָן זיך אליין אָפּנאַרן, זי גייט-אַרײַן אין שטוב און דערזעט דאָרט זיצן אײַזענשטאַטן איבער א בוך,

--- װאָס איז דאָס 4 פאַרװאָס זײַט איר אויך ניט געפאָרן מיט די סטודענטן 4 זיי האָבן אײַך פאַרגעסן מיטנעמען ? מײַן באָריס האָט מיר דערציילט, אַז איר האָט אויך געהאָט דעם זעלבן. אומגליק --- איר זײַט נישט אַריבער... מסתמא האָט צו אײַך אויך דער לערער זיך געטשעפּעט אומויסט (...

--- נגיין, נים דערפאַר ! --- ענטפערט איר אוייזענשטאדט בתמימות. -- ניט איבערן לערער; איך בין אַלֵיין שולדיק. קיינער איז דערין ניט שולדיק, נאָר איך אַלֵיין !...

און אײַזענשטאַדם דערציילט איר אַ גאַנצע געשיכמע, א טרויעריקע געשיכטע, וי אַזױ ער האָט געמוזט אונטערהאלטן אן אַרעמע שוועסטער מים אַ גאַנצער פאַמיליע, װאָס שטאַרבט פון חוננער, און אויסהאַלטן אַ קלענערן ברודער אין גימנאַזיע, צוליב וועלכע ער האָט געמוזט געבן שטונדן, צען שטונדן אַ טאָג, אַזױ, אַז עס איז אים כמעט קיין צײַט ניט

96 ש לום ע 5 יכ ם

געבליבן צו לערנען, פונדעסטוועגן װאָלט ער באַדאַרפט צום עקזאַמען אַ ביס? צוהאָרעווען, אַ ביס? איבערן כח, אַ ביס? װינציקער שלאָפן... האָט ער אָבער אַזױ ניט געטאָן און האָט דעם עקזאַמען ניט אױיסגעהאַלטן. עס אַרט אים שוין ניט אַזױ פאַר זיך, וי פאַר זײַן אָרעמען פאָטער, דעם בלינדן שנײַידער, װאָס האָט צוליב אים די מאַשין פאַרזעצט..

די מאַדאַם פרידמאַן הערט אויס די דאָזיקע טרויעריקע געשיכטע מיט רחמנות, און אין קאָפּ פליט איר דורך אַזאַ מחשבה : קװאָס װאָלט זי געטאָן, ווען איר באָריס זאָל זײַן כאַ דער לֿאַגע פונעם דאָזיקן אָרעמען אײַזענשטאַדט 74 , . און זי דאַנקט און לויבט גאָט, װאָס ער האָט זי געבענטשט מיט אַזאַ דײַכטום, און װאָס איר נאָריס האָט ניט די דאגות מיט די שמערצן, װאָס אײַזענשטאַדט האָט.

איר באָריס האָט טאַקע באמת ניט אַזעלכע דאגות מיט אַזעלכע שמערצן, װוי אײַזענשטאַדט האָט. איר באָריס זיצט אַצינד מיט זײַנע חברים --- גאָלדענשטאַדט און זילבערשטאַדט -- אַה דער שיף, וועלכע דאָס װאַסער טראָגט אַלְץ װוײַטער און װײַטער, און לאַכט, און זינגט, און עסט, און טרינקט. נאָר אַזױ װוי קיין צופרידענער מענטש איז גאָר אַף דער ערד ניטאָ, דעריבער איז קיין װוּנדער ניט, װאָס אָט דער גליקלעכער פּרינץ, אַף וועלכן עס האָרעווען אַ סך הענט, אַ סך פים, אַ סך פּלייצעס, אַ סך קעפּ, -- אָט דער געבאַלעװעטער באָריס פרידמאַן איז אויך ניט צופרידן מיט זײַן דאָליע : אים גייט אויך אִפּ אַ סך צום אמתן גליק ; אים נייט אִפּ אָט דאָ, באַ דער זײַט, אַפן שיפל, דאָס קליינע שװואַרצע מייד? פון דער װײַסער שטוב מיט די רויטע לאָדן.. .

ליננדיק אַפן גראָז אויסגעצויגן מיטן פּנים אַרױף דערציילט באָריס פרידמאן זײַנע חברים די גאַנצע געשיכטע פון זײַן ליבע. די געשיבטע ! איז אַ קורצע, נאָר זייער אַ רירנדיקע, פון וועלכער יעדער יונגער מענטש מיט אַ ווייך װאַרעם האַרץ קאָן זיך אַראָפּנעמען אַ מוסר...

ער" איז אַלט געווען זעכצן יאָר און האָט געלערנט אין פערטן

קלאַס, און ,זי" איז אַלט געווען פערצן יאָר און האָט געענדיקט דעם פּאַנסיאָן. ער איז געווען אין אַ מונדיר מיט גילדערנע קנעפּ, און זי האָט געהאָט אַ פֹּאָר שװאַרצע פּײַערדיקע אויגן מיט געטלעכע געקרײַולטע האָר. ער איז געגאַנגען אין שטאָט-גאָרטן מיט זײַן מוטער שפּאַצירן, און זי איז געגאַנגען מיט איר מוטער אויך אין שטאָט-גאָרטן שפּאַצירן. זייערע אויגן האָבן זיך באַגעגנט, און פון דעמאָלט אָן האָט זי אַרײַנגע- -

בטיי יי א יע

קינ דע ר יש פי 5 | 97

װאָרפן אַ פונק אין זײַן האַרצן. דער פונק האָט זיך מיט דער צײַט צעברענט און איז געװאָרן אַ ‏ שרעקלעך פײַער, אַ פלאַם-פײַער אין זײַן האַרצן .... וויפל נעכט האָט ער פאַרבראַכט, ואַכנדיק און טראַכטנדיק, װיָאַזױ קומט מען צו איר ? צום אומגליק, שטייט זי אײַן באַ אַזעלכע עלטערן, צו וועלכע ער טאָר זיך ניט װײַזן פאַר די אויגן, ביז גאָט האָט אים געהאָלפן, אין אַ יאָר אַרום האָט ער שוין געהאַט די געלעגנהייט. צו זען זי, ריידן מיט איר, האַלטן איר טײַער הענט? אין זײַן האַנט, זי האָט דאָ אַ קרובה, אַ גרושח, אַ יונגע, נאָר זייער א מיאוסע, װאָס האָט מיטלײַד מיט אומגליקלעכע ליבנדע, מחמת זי אַלַיין האָט אַמאָל ליב געהאָט און פאַרשטייט דאָס װאָרט , ליבע"... געלויבט און געבענטשט זאָל זײַן די דאָזיקע גרושה : זי האָט אונדז צונוימגעפירט, זי האָט אונדז אַנגעוויזן, װוּ דאָס גליק געפינט זיך, אַה איר אַדרעס שרײַבן מיר זיך דורך שוין כמעט דרײַ יאָר און אֵף אירע אויגן האָבן מיר זיך געגעבן די הענט און געשוווירן בא גאָט, באַם הימל, אַז מיר זאָלן זיך פאַרבינדן אַף אייביק און קיינמאָל ניט צעשיירן!"..

די דאָזיקע ליבע-געשיכטע האַרמאָנירט זייער אין דער דאָזיקער מינוט מיט דער שיינער זומערדיקער נאַטור, און אונדזערע יונגעלײַט, װאָס ליגן דאָ אויסגעצויגן אַפן גרינעם גראָז, װײַזט זיך אוים, אַז אלץ אַרום און אַרום זאָגט: קאמת ! אמת! אמת!" -- אי די נרינע ביימער אַפּ וועלכע עס פליט דורך א גרינג ווינטעלע און מאַכט אִף אַ מינוט אַ רעש צווישן די בלעמער, אי די פייגעלעך, װאָס זינגען און טאַנצן . אומרויק דאָ און דאָרטן, אי דאָס שמעקענדיקע גראָז,. װאָס לייגט זיך אונטער די פיס מיט גרויס הכנעה, אי דאָס ואסער, װאָס פּליעסקעט און חודעט אי די צעריטענע װײַסע שטיקער װאָלקנס, װאָס שווימען אום אַפן בלויען הימל אוֹן האָבן אַ פּנים אין דער דאָזיקער שטילער זומער- צײַט וי שטיקער װאַטע, וועלכע מע צעלאָזט און מע צעבלאָזט, --- אַלץ, אַלץ רעדט אין איין קול?: עאמת! אמת! אמת!7.,. און די װארעמע הערצער פון די יונגעלײַט ווערן נאָך מער דערװאַרעמט פון דער שיינער ליבע-געשיכטע, װאָס זייער חבר האָט זיי אָט ערשט דערציילט. זיי כאַפּן זיך אויף ביידע מיטאַמאָל און ווענדן זיך צו באָריסן מיט דער דאָזיקער פראַגע :

-- נו, באָריס, און דו װועסט האַלטן װאָרט ?,..

98 | שלום עלינ ם

באָריס געפינט זיך שטאַרק באַלײידיקט פון אַזאַ פראַגע. ער ענט- פערט זיי מיט גדלות : |

--- באָריס פרידמאַן. װעט האַלטן װאָרט! װאָס באָריס פרידמאַן זאָגט, איז הייליק!... נאָר, ברידער, עס איז דאָ דערין אַזויפיל שטע- רונגען, אַזוױפי? בערג און טאָלן, פײַערן און װאַסערן!...

--- דהיינו?

דהיינו, דהיינו... ערשטנס, איז איר פאָטער אַ פּראַצענטניק, אַ דעספּאָט, אַ טיראַן װאָס װעט זי פריער אַ לעבעדיקע אין דער ערד אַרײַנלײגן איידער אָפּנעבן זי מיר. צווייטנס, זײַנען מײַנע עלטערן מיט אירע עלטערן צעריסן, אַף מעסערשטעך. דויטנס, װועט מײַן מוטער שטאַרבן אַפן אָרט, אַז זי װועט נאָר דערהערן דעם נאָמען פון מײַן כלח. און, פערטנס, ווייס איך ניט, װיִאַרום און װויאַזױ קאָן איך זי אַרױסרײַסן פון דאָרטן, פון די דאָזיקע מערדער ?...

די חברים האָבן זיך אַ ביס? פאַרטראַכט. אין עטלעכע מינוט אַרום האָט זיך גאָלדענשטאַדט אָנגערופן :

-- נו, ברודער, מיר וועלן זיך אַן עצה געבן !

-- מיר װעלן דיר העלפן ! --- האָט זיך אָנגערופן זילבערשטאַדט מיט זײַן באַסאָווע שטימע.

--- מיר זײַנען דײַנע!

-- קאָנסט זיך אַם אונדז פאַרלאָזן !

--- וי אַף אייגענע ברידער !

--- אין פײַער און אין װאַסער !

--- אפילו אונטער דער ערד !.

--- אפילו צום רוח אַלֵיין !

--- לַאָמִיר נעמען צו ביסלעך װוײַן !

--- 5חיים, ברידער !

--- פאַר אַלעמענס געזונט !

--- נידער מיטן פאַנאַטיזמוס !

--- אין דער ערד אַרײַן אַלע דעספּאָטן !

--- הוררראַ, באָריס ! |

--- הורררא, ראָזע !

--- הוררררראַ !!11...

אליק דער משרת האָט זיך נאָר װאָס אָפּגעבאָדן אין טײַך און גיים

ער אי + 2 5 יב 7 ט יי =" וי י ד יא יי

קינ ד ער - שפּ יפ | | 99

צוֹ צו די ,סטודענטן? און קוקט אַף זיי פאַרװוננדערט, װאָס האָבן זיי דאָ פּלוצים אויפגעהויבן אַזאַ הויכן אהוררראַ"? נאָר פאַר אליקען אין ניטאָ װאָס מורא צו האָבן ; אליק האָט שוין ניט אַזויפיל האָר אין קאָפּ, וויפ? בריוועלעך ער האָט איבערגעטראָגן פון באָריסן צו בערטע דער גרושה און פון בערטע דער גרושה צו באָריסן, דעריבער האָט מען ניט װאָס מורא צו האָבן און מע מעג רעדן װאָס מע וויל. און מע רעדט ; מע זוכט זיך אַ וװועג, מע גיט עצות, מע בויט לופטשלעסער. דער זאָגט אַזױ, דער אַזױ, נאָר ענדלעך כבאַשטימט מען אַז מע דאַרף זיך זען מיט ראָזען באַ בערטע דער גרושה און דאָרט אֶפּרעדן פּינקטלעך, אֵַף װאָסער אופן די ליבנדע זאָלן קאַנען אַנטליפן פון דער דאָזיקער שטאָט, און ערגעץ, אין אַ קליין שטעטל, אַ חופּה שטעלן, און װײַ? באָריס אַליין קאָן דאָס דאָזיקע מיט ראָזען ניט איבערריידן, מחמת יעדער מאָל, ווען זי זעען זיך, סטײַעט זיי קיין ווערטער ניט און אַחוץ ,אַך !" און יאָךְ וי מיט פּײַעריקע קוקן און מיט הייסע ווערטער אין בא זיי קיין מאַטעריאַל ניטאָ צום שמועסן, דעריכער מוז מען דערצו האָבן אַ פרעמדן. בלייבט מער ניט, וי צו װאַרפן גור?, ווער פון די דרײַ זאָל זײַן דער דיפּלאַמאַט צווישן באָריסן מיט ראָזען ? פאַרשטײיט זיך, אַז דער גור? איז געפאַלן אַף אײַזענשטאַדטן, מחמת גאָלדענשטאַדט איז אַ כװאָט נאָר אַה צו בא- קומען ערשטע ,נאַגראַדעס? אין דער נימנאַזיע, און זילבערשטאַדט איז אַ צו הייסער יונג, און צו אַזאַ זאַך דארף מען זײַן אַ ביסעלע קילער, באַטראַכט, מיט ישוב-הדעת. קיין בעסערער. פון אײַזענשטאַדטן איז טאַקע ניטאָ. אײַוענשטאַדט אין אַן ערלעכער מאַן און אַ קאַלטע בריאה, אַ- פלעגמאַטיקער.. ,

דאָס צוועלפטע קאַפּיטל בערטע די גרושה ווערט באַ ראָזע פורמאן אַ לערערן פון ליבש

שטעלט אײַיך פאָר אַ יונגע פרוי פון אַ יאָר עטלעכע און צװאַנציק, אַ נידעריקע און אַ גראָבלעכע, מיט גרויסע שװאַרצע אויגן, מיט גע- דיכטע ברעמען, מים אַ פּנים, אַף וועלכן עס זײַנען אַנגעזעצט אַלערלײ ן פּרישטשיקלעך : רויטע, בלויע, גרינע, װײַסע, מיט א ביס? אַ פאַררי- סענער נאָז, מיט צוויי קליינע שװאַרצע װאַנסעלעך אַף דער אייבערשטער

100 | ש לום עי בם

גראָבער לי5, מיט אַ היבשער בראָדעווקע אַה דער לינקער באַק, אֵף וועלכער עס ואַקסט און בליט אַ בוטאָן פון זעקס אָדער זיבן לאַנגע שװואַרצע האָר, מיט אַ קורצן האַלדז, מיט שואַרצע באַװאַקסענע הענט און מיט װײַסע פּערלדיקע צייט -- און אָט האָט איר ,בערטע די גרושה". | | י נערטע די גרושה האָט אַ פּנים פון א מאַנספּערזאָן און א האַרץ פון אַ פרויענצימער, אַ נוט, ווייך,. װאַרעם האַרץ מיט אַ רײַכער פאַנ- טאַזיע פון אַ סך פראַנצויזישע ראָמאַנען. אַ גרושה איז זי געװאָרן נאָכ- דעם, וי זי איז אַרײַנגעפאַלן צו אַ גראָבן מענטשן אין די הענט, װאָס האָט אױסגענאַרט בא איר עטלעכע טויזנט רובל, אַװעקגעװאָרפן זי אֵף דער דריטער ואָך נאָך דער חתונה און זיך אַזױ נידעריק, אַזױ אום- מענטשלעך אויסגעלאַכט פון אירע טרערן, פון איר צעבראָכן האַרץ! װאָס האָט זי געקאַנט טאָן, אַ שװאַכע פרוי, אַן עלנטע אָן עלטערן? פאַרשטייט זיך, ווען איר פאָטער, שניאור שימשעלביין, זאָל אויפשטיין אַצינד פון קבר און א קוק טאָן אַף זײַן איינציקער טאָכטער, אַה זײַן בערטע, װאָלט ער זיך צוריק אַ לעבעדיקער באַגראָבן! שניאור שים- שעלביין האָט ליב געהאט זײַן בערטע און געחיט זי, װי דאָס שוואַרצאַפּל פונעם אויג. שניאור שימשעלביין איז געווען אַן אָרנטלעכער מאַן און האָט זײַן ברויט פאַרדינט מיט זײַנע הענט : ער איז געווען אַ גאָלדשמיד און אַ יובעליר, װאָס האָט ביזן טויט געהאָרעװעט טאָג און נאַכט און האָט איבערגעלאָזט זײַן בערטען טאַקע גאָר אַ היבשן קאַפּיטאַל. אַז שניאור שימשעלביין האָט דערפילט, אַז עס איז שוין צײַט צו שטאַרבן, איז ער געקומען צו מאיר פורמאַנען, װאָס איז געווען זײַנער אַ קרוב, און האָט באַ אים אײַנגעלײגט דאָס געלט אֵף אַ צײַט, ביז זײַן בערטע וועט דאַרפן חתונה האָבן: שימשעלביין האָט געװוּסט, אַז פורמאַנס אייזערנער קאַסטן איז גלײַך װוי די באַנק. און כך הוה. אַז בערטע איז אין אַ צײַט אַרום געקומען צום אָפּעקון, צו מאיר פורמאַן, און האָט אים געזאָגט, אַז אין צוויי װואָכן אַרום האָט זי חתונה, און בעט אים דעריבער צונרייטן דאָס געלט, האָט איר פורמאַן געענטפערט, אַז ער ווי? פריער אַליין זען זיך מיט איר באַשערטן. וי פאַרװוּנדערט איז ער | אָבער געווען, ווען צו זײַן שטיבל מיט די רויטע לאָדן איז צוגעפאָרן | אַ קאַרעטע, פון וועלכער עס איז אַרױסגעשפּרונגען א פראַנט מיט אַ צילינדערהוט, מיט װײַסע הענטשקעס און מיט אַ װײַסן שניפּס. דער

ק ינ דע ר - שמ י 5 | 101

פּראַנט האָט זיך פאָרגעשטעלט: ,אַרטור פלעכטענטאַל". דער דאָזיקער וויזיט האָט זיך געצוינן א פּאָר שעה, און אַז אַרטור פלעכטענטאַל האָט זיך אָפּגעזעגנט און איז אַװעקגעפאָרן, האָט זיך פורמאַן געטאַפּט באַ די קעשענעס, געקוקט אַפן אײַזערנעם קאַסטן, געקוװועטשט די שליסעלעך אין דער האַנט, געשיקט רופן בערטען און האָט איר געזאָגט ;

--- הער נאָר אויס, בערטע, דײַן חתן איז א קעשענע-גנב און א שאַרלאַטאַן . . . מער האָב איך דיר ניט װאָס צו זאָגן.

פאַרשטייט זיך, אַז בערטע האָט זיך געפונען אַזױ באַלײידיקט, אַן זי האָט דרײַי טעג מיט דרײַ נעכט געוויינט אָן אַן אויפהער. מאיר פורמאַן . האָט אויסגעוויזן אין אירע אויגן א ,פאַרדאָרבענער מערדער", פּונקט וי עס ווערט באַשריבן אין די שיינע ראָמאַנען, מיט וועלכע זי האָט זיך אָנגעלייענט וי אַ פּויק.

אַרטור פלעכטענטאַל האָט זי געטרייסט : |

-- אָף דעם דאָזיקן בעליעגלה איז ניטאָ װאָס פאַריב? צו האָבן. ער האָט אֵף זײַן לעבן נאָך ניט גערעדט מיט קיין ,ציוויליזירטן" מענטשן. ער איז אַ פּראָצענטניק און אַ דעספּאָט!...

בערטע האָט אַזױ פאַנג געוויינט איבער פורמאַנט קאָפּ, ביז ער האָט איינמאָל מיט כעס אַרװױסגעבאַפּט אַ פאק מיט אַסיגנאַציעס פונעם קאַסטן און האָט איר אַ שמיץ געטאָן אין פּנים אַרײַן, די הענט האָבן אים געציטערט בעת מעשה. | |

-- נאַ} אָט האָסטו דאָ פינף טױיזנט רובל! מער גיב איך דיר איצט ניט, לאָזן די איבעריקע פינף טויזנט בלײַבן. נישקשה, זיי ועלן דיר צונוץ קומען אָף שפּעטער... |

אוי, זײַנען זיי איר צונוץ געקומען ! אַז אַרטור פלעכטענטאַל האָט זי באַראַבעװעט און אַװעקגעװאָרפן, און בערטע האָט קוים-קוים געפּועלט כאַ אים, ער זאָל איר געבן גט, איז זי אַרײַנגעפאַלן צו פורמאַנען אין שטוב אַרײַן מיט אַ געוויין און האָט אים נעקושט די הענט. זי האָט באַ אים געבעטן מחילה און האָט אים געזאָגט, אַן ער איז איר אויס- לייזער, איר צווייטער פאָטער, דאָס האָט אים שטאַרק דורכגענומען. ער . האָט אַרײַנגערופן דאָס װײַב מיט דער טאָנטער און האָט צו זיי געזאָנט ימיט נרויס אויפרענונג : | -- נו 4 זעט איר?... אט ויינט זי. װאָס האָב איך געואָגט ? האָב איך דען ניט פריער געזאָגט, אז דאָס 3...

102 | | שלום עליבם

פון יענער צייט אָן איז צווישן בערטע דער גרושה און ראָזע פורמאַן געװאָרן אַ גוט לעבן, אַז מען איז געגאַנגען איינע צו דער אַנדערער יעדן טאָג; פורמאַן האָט דערפון געװוּסט און איז דערפון געווען צופרידן : ,לאָז זי זיך אויסלערנען פון איר, וויאַזױ דאָס"... .

און ראָזע פורמאַן האָט זיך אויסגעלערנט פון ,בערטע דער גרושה" אַ סך זאַכן. א

;בערטע די גרושה", װאָס האָט אַלֵיין טײַער באַצאָלט פאַר איר אייגענער ליבע, האָט זיך געטרייסט. מיט דער פרעמדער ליבע און האָט געהאַט פאַרגענינן פון ראָזעס גליק. אַז ראָזע האָט איר איבערגעגעבן אַלץ, װאָס באַ איר אַפן האַרצן איז געווען, האָט איר בערטע געזאָגט, אַז זי מוז פריער אַלֵיין אָנקוקן דעם, װאָס האָט ,געווונען איר ליבע". אָ, בערטע איז שוין אַ געשלאָגענער חונט ! זי װעט מען שוין אַזױ גיך ניט אָפּנאַרן --- ניין!. |

און באָריס פרידמאַן איז איר פונעם ערשטן מאָל נעפעלן: זײַן שיין געשטאַלט, זײַנע לאַנגע בלאַנדע האָר, זײַנע װײַסע הענט מיט די איידעלע מאַניערן זײַנען אַזויפי? געווען ענלעך מיט די מאַניערן פון אַ העלד, פון אַן אמתן העלד, װאָס ווערט באַשריבן אין די ראָמאַנען, אַז עס איז נאָר קיין ווונדער ניט, װאָס ראָזע האָט זיך אַזױ אײַנגעליבט אין אים ! מע דאַרף נאָר אַכטונג געבן פון דער זײַט, אַז עס זאָל דערפון, חלילה, ניט אַרױס עפּעס אַן אומנליק, אַז די ליבנדע זאָלן אַף תמיר זײַן גליקלעך, ראָזע איז נאָך אַזױ יונג !...

| און בערטע די גרושה האָט זיך גענומען צו איר אַרבעט ערנסט

און געטרײַ, דרײַ יאָר כסדר איז זי געשטאַנען אַף דער װאַך פון דער װוײַטנס און האָט געהערט, וי די דאָזיקע טײַבעלעך שושקען זיך און קושן זיך : דרײַ יאר כסדר האָט זי געחיט, וי אַ גוטער הונט, באַ דער טיר, אַז קיינער זאָל ניט איבערשלאָגן די גליקלעכע ליבנדע צו רעדן, אָכקען און זיפצן און צו קוקן זיך אין די אויגן אַרײַן ; דרײַ יאָר כסדר האָט זי זיך מקריב געווען צוליבן גליק פון צוויי פרעמדע יונגע ליבנדע נפשות ! |

און זיי, די יונגע נליקלעכע ליבנדע נפשות, -- צי האָבן זיי כאָטש אין זינען געהאָט אַ מאָל זייער טרײַע באַשיצערן, בערטע די גרושה 4..

ק ינ ד ע ר - שמפ יפ ' | 108

דאָס דרײַצנטע קאַפּיטל

װויַאַזױ דער ערלעכער אײַזענשטאַדט װערט אַ דיפּלאַמאַט און וי קונציק ער שפּילט זײַן ראַלע.

אַ קוק סאָן אַף אײַזענשטאַדטן -- האָט ער באמת אויסגעוויזן וי אַ מענטש ,מיט אַ גלאַטן לונג-אוןדלעבער". צוויי װײַסע גלעזערנע אויגן, וי די באַנקעס, אַ לאַנגע נאָז מיט אַ שאַרפן שפּיץ, דינע ליפן, װוײַסע שיטערע האָר, און אַליין אַ דאַרער און אַ לאַנגער, אַ ביס? אַ געהויקער: טער, אַ קורצזיכטיקער, אַ פאַרטראַכטער, אַ צעטראָגענער, -- אָט דאָס איז דער פּאַָרטרעם פון פּינחס אײַזענשטאַדט, וועמען עס איו באשערט צו שפּילן אין אונדזער דערציילונג אַ ראָלע פון אַ העלד, נאָר ניט וילנ- דיק און אומגעריכט, אַקוראַט וי ניט וויסנדיק און אומגעריכט ער האָט געלערנט אין דער נימנאַזיע... צו װאָס האָט ער גאָר באַדארפט שטו- דירן, אַז זיין פאָטער, אַן אַרעמער, אַ קראַנקער שנײַדער, איז ניט אימ- שטאַנד געווען אױיסצוהאַלטן אים ? נאָר זײַן פאָטער, דוד דעם שניידער, האָט זיך געגלוסט דוקא, אַז זײַן זון זאָל זײַן אַ דאַקטאָר. אמת, פּינחס האָט באַװיזן אין גימנאַזיע אַ זעלטענע פעיקייט און האָט אָנגעהויבן גיין פון איין קלאַס אין דעם אַנדערן אַלְץ בעסער און בעסער. דוד דער שנײַדער פלעגט אָנװײַון אַף אים מיטן פאַרבױגענעם פיננער:

--- זעט איר ? אָט דאָס איז מײַן פּאַדפּאָרע אַף דער עלטער. פּינחס װועט זײַן אַ לײַט ! |

ווער האָט זיך געקאַנט גלײַכן צו אים, ווען זײַן פּינחס איז שוין אַרײַן אין זיבעטן קלאַס ? דוד האָט טאַקע פאַרועצט די מאַשינע ; נאָר װאָס מאַכט עס אויס ? זײַן פּינחס איז דאָך שוין אָבער אין זיבעטן קלאַס, און אָט-אָט נאָך אַ יאָר, נאָך אַ יאר -- איז ער אַ דאָקטאָר! און אַז מע װויל שמועסן צוריק, האָט ער די מאַשינע פאַרזעצט ניט צוליב פּינחסן; פּינחס האָט שוין פון לאַנג געגעבן שטונדן און זיך פאַרדינט זײַן שטיק? ברויט. פאַרקערט, ער האָט נאָך אױסגעהאַלטן אַ ברודער? אין גימנאַזיע און אויפנעהאַלטן אַ שוועסטער מיט אַ גאַנצער פאַמיליע.

נאָר צי איז דער זון אויך געווען אַזױ צופרידן, װוי דער פאָטער, --- דאָס קאַנען מיר ניט וויסן. מיר ווייסן נאָר, אַז אין די קלענערע קלאַסן איו ער געווען דאָס כפּרה-הינד? פאַר זײַן אָפּנעלאָזנקײט, קורצ-

104 שלום עליב ם

זיבטיקייט און תמימות, און אין די העכערע קלאַסן, בשעת ער האָט שוין געגעבן שטונדן, האָט מען אים עקספּלאָאַטירט דערפאַר, װאָס ער האָט יעדן געגלייבט אַף נאמנות, און ניט איין מאָל האָט ער אָפּגעהאָ רעוועט אַ קיילעכיק יאָר אומזיסט אָן אַ גראָשן. נאָר מער פון אַלע האָט אים עקספּלאָאַטירט זײַן עלטערע שוועסטער, װאָס האָט געהאַט א טוץ קינדער מיט פאַרשלאָגענע קעפּ, װי די העלצער, און פונדעסטוועגן האָט זיך איר געגלוסט, זיי זאָלן זײַן דוקא געשטודירטע,

--- װאָס פאַר אַ פּנים װועל איך האָבן מיט מײַנע קינדער, --- האָט זי געטענהט -- אַז זיי וועלן זײַן, גאָט זאָל מיר ניט שטראָפן פאַר די רייד, שניידערס אָדער שוסטערס, און מײַן ברודער פּינחס וװועם זײַן אַ דאָקטאָר ?. .

קיין פרײַע מינוט האָט אײַוענשטאַדט נעבעך ניט געהאַט פון דער דאָזיקער שוועסטער !

און ניט נאָר אייגענע אַלֵיין מוטשען אים ; אײַזענשטאַדט איז אַן עבד כנעני באַ יעדן אומגליקלעכן שילער, ועמֶען די נאַטור האָט ניט געבענטשט מיט אַ מוח און מיט פעיקייטן. אַז עס איז אונטערגעקומען אַן עקזאַמען, איז אײַזענשטאַדט געווען פאַרװאָרפן מיט אַרבעט, פּונקט וי זײַן פאָטער דוד דער שנײַדער פאַר אַ יום-טוב; ד עעם אֶנשרײַבן אַ פאַרפאַסונג, מיט דע ם צולערנען אַ פּאָר טעג, ד ע ם אונטערװאַרפן פּאַפּירלעך מיט ,גערעשעטע זאַדאַטשעס", ד עם אונטערזאָגן פון אונ" טער דער באַנק. .. . פאַרשטײיט זיך, אַז פאַר אַזעלכע און אַנדערע עבירות איז אָפּנעקומען אײַזענשטאַדט אַליין און ניט קיין אַנדערער, און אַז ער איז אָפּגעזעסן אַ מעת-לעת אין קאַרצער, האָט זיך קיינער ניט דערמאנט צו ברענגען אים אַהין כאָטש אַ שטיק? ברויט. נאָך מער: מע האָט געלאַכט און געשפּעט פון אים איבער זײַן חילוך, איבער זײַנע קליידער, װאָס זײַנען אַפּ אים תמיד געלעגן קאָמיש, אַז מע האָט זיך ניט געקאַנט | אײַנהאלטן, מע זאָל ניט לאַכן; עס האָט זיך נאָך ניט געטראָפן, אַז באַ אײַזענשטאַדטן זאָל ליגן דער קאָלנער אָדער דאָס היטל אַף אַן אָרט, אָדער דער מונדיר זאָל זײַן מיט אַלֶּע קנעפּלעך, אָדער אַ הויז זאָל ניט זײַן צעשפּאָלטן ביז אַרױף. שענער פון אַלץ זײַנען געווען זײַנע שיטערע האָר אַפן קאָפּ, װאָס זײַנען תמיד געשטאַנען קאַפּױר, װי באַ אַ האָן, ווען ער צעבייזערט זיך ; די פּלייצעס האָט ער געהאַלטן שטענדיק אויפ- געהויבן, און דעם קאָפּ אײַנגעבױגן אַראָפּ, און וויפל קלעפּ, וויפל קולאַ-

קינד ער-שפי5 108

קעס האָט דער דאָזיקער יונגער מענטש געכאַפּט אֵף זײַן לעבן פון זײַנע חברים }.,

מע קאָן ניט זאָגן, אַז אײַזענשטאַדט איז שטאַרק געפעלן געװאָרן בערטע דער גרושה. זי האָט אים אויפגענומען אַזױ קאַלט, גלײַך ער װאָלט געווען אַ שפּיאָן, װאָס איז געקומען נאָכשפּירן און אױסטאַפּן און אָנמאַכן אַן אומגליק. אײַזענשטאַדט האָט זיך ניט געפונען באַלײידיקט פון אַזאַ אויפנעמען, ער האָט איר איבּערגענגעבן שטייענדיק באַ דער טיר, אַז אים האָבן געשיקט זײַנע חברים ; גאָלדענשטאַדט, זילבערשטאַדט און פרידמאַן. |

-- ווער זײַנען עס גאַלדענשטאַדט און זילבערשטאַרט ? -- האָט אים בערטע געפרעגט. --- איך קען זיי ניט !

--- איר קענט זיי ניט ? נישקשה, איר מעגט זיך אֵף זיי פאַרלאָזן ; עס איז א גוטע חברה! | |

-- אַ תגוטע חברה"? ואָס דאַרפן זיי צו מיר ? ואָס קער איך זיך אָן מיט זיי ?

--- איר קערט זיך טאַקע מיט זיי גאָר ניט אָן -- אמת; נאָר װײַל באָריס און מיר אַלֶע האָבן באַשטימט, אַז הײַנטיקע ואָך מוו מען אָפּזוכן אַ מיט?, װיאַװױי באָריס מיט ראָזען זאָלן .. | --- ששששאַ ! האָט אים בערטע איבערנעשפאָגן, אַרומקוקנדיק זיך אַף אַלֶע זײַטן. -- קומט אַרײַן אין זאל אַרײַן } -

בערטע האָט זיך באַטראַכט, אַז זי האָט זיך שוין צו גראָב באַגאַנגען מיט דעם דאָזיקן יונגן מענטשן, האָט זי אים געבעטן זיך זעצן אף א קרעסלע, און אַלֿיין איז זי אַװעקגעלאָפן צו זיך אין צימער און איז באַלד אַרױסגעגאַנגען פון דאָרטן אין אן אַנדער קלייר, מיט אַ שיין שאַלעכל אפ די פּלייצעס, וועלכע האָט באַדאַרפט צוגעבן הן איר פּנים. מיר האָבן פריִער פאַרגעסן באַמערקן, אַז. בערטע שימשלביין האָט ליב געהאט שיין אָנטאָן זיך און גאַנץ אָפט פאַרברענגען די צײַט מיטן שפּיגל. אֵף יעדן יונגן מענטשן האָט זי נעקוקט ניט אַנדערש וי אַף א העלד, װאָס שפּילט אַ ראָלע אין א ראָמאַן, דאָס נאַנצע לעבן, די גאַנצע וועלט אין באַ איר געווען אַ ראָמאַן, א טרויעריקער ראָמאַן. | = אייניקע מינוט איז בערטע די גרושה געזעסן שטיל, אָן ווערטער, און האָט באַטראַכט דעם דאָזיקן , העלד" פון קאָפּ ביז פיס. אייזענשטאַדט האָט אויך באַטראַכט די מאַדאַם בערטע. זײַט ער לעבט האָט ער נאָך

106 שלום ע ליכ ם

אַזאַ מיאוסע פרוי ניט באַנעגנט ! ענדלעך האָט זי זיך צו אים געווענדט, אַרױסלאָזנדיק אַ גרינגן זיפץ און אויפהייבנדיק די אוינן אַרױף:

--- אַפּנים, אַז איר ווייסט שוין די טרויעריקע געשיכטע פון די דאַָ- זיקע אומגליקלעכע ליבנדע 3...

--- ,אומגליקלעכע? 4 פאַר װאָס אומגליקלעכע ?

--- איר ווייסט דען ניט, ווער זייערע עלטערן זײַנען? דאָס זײַנען דאָך דעספּאָטן, טיראַנען, פאַנאַטיקער,..

- נו, אין װאָס ? -- האָט זי אייזענשטאַדט פאַרװונדערט גע- פרעגט, |

--- װואָס הייסט, נו איז ואָסס? איר פרעגט נאָך4 ס'טײַטש! אַנדערע עלטערן װאָלטן זיך אַליין געסטאַרעט זייערע קינדער גליקלעך צו מאַכן, אַנדערע עלטערן װאָלטן פאַרשטאַנען, אַז טאָמער גרייכן זייערע קינדער ניט צו זייער צוועק, װעלן זיי דאָס ניט אויסהאַלטן; זיי װעלן יונגערהייט נגיין פון דער וועלט.. .

בערטע האָט צוגעטראָגן דאָס טיכעלע צו די אויגן, פון וועלכע עס האָבן שוין גערונען טרערן. נאָר וי פאַרװוּנדערט איז זי געװאָרן, אַז זי האָט דערהערט פונעם דאָזיקן יוננן דיפּלאָמאַט אַזא מין ענטפער :

--- מיר דאַכט, אַז איר האָט אַ טעות ; איך ווייס ניט, װיאַזױ זי ראָזע, --- נאָר באָריס װועט זיך שטאַרק ניט נעמען צום האַרצן, אויב ער וועם ניט דערגרייכן זײַן צוועק... פאַרשטייט זיך, אַז דאָס זאָג איך נאָר אײַך, װוײַל איר זענט אַ פרעמדע; דאָזע דאַרף דאָס ניט וויסן, איר פאַך- שטייט {..,

--- איך זע שוין, װאָס פאַר אַ גוטער פרײַנט איר זענט באָריסן! איך פאַרשטײי, איך פאַרשטײ ! איר זייט אים מקנא -- איר זייט וי אַלע מאַנסבילן,.,

בערטע איז פאַרפלאַמט געװואָרן פאַר כעס. אײַזענשטאַדט האָט זיך צעלאַבט ; י -- מקנא 4 יאָ, אודאי בין איך אים טאַקע מקנא, נאָך איידער איך האָב אָנגעקוקט די טײַערע ראָזע...

בערטע איז געװאָרן אויסער זיך פאַר כעס. זי איז אױיפנעשטאַנען | פונעם בענק? און האָט זיך צו אים געווענדט שוין מיט אַזעלכע רייד :

--- זאָגט, װאָס דאַרפט איר 0...

--- איך דאַרף מיט אײַך איבערריידן וועגן מײַן חבר באָריס פריך-

קינדער-שפיל 107

מאַן, װואָס װויל חתונה האָבן פאַר ראָזע פורמאַן ניט שפּעטער וי הײַנטיקע ואָך.

בערטע האָט זיך צוריק אַנידערגעזעצט איבערראַשט.

בערטען האָט אַ גאָס געטאָן דאָס בלוט אין פּנים אַרײַן פאַר פרייד און פאַר פּחד. שוין דרײַ יאָר, אַז די דאָזיקע ליבע ציט זיך און ציט זיך, אָן אַן עק, אָן אַ סוף. אָבער אַמאָל הייסע בריוולען און ווידער אַמאָל הויכע ווערטער -- פון חתונה האָבן האָט נאָך קיינער פון זיי ניט געפּרװוט שמועסן. בערטע האָט תמיד געטראָגן די דאָזיקע אידעע בא זיך אין האַר- צן, נאָר זי האָט ניט געהאָט די שטאַרקייט פֿאַרצולייגן אַזא געדאַנק פאַר די גליקלעכע ליבנדע, וועלכע האָבן איבערגעלעבט אַ לאַנגן און אַ זיסן חלום. און איצט הערט זי פונעם דאָזיקן יונגן מענטשן אַזעלכע עפנט- לעכע פּראָסטע ווערטער. איז דאָס מעגלעף 0...

--- װאָס האָט איר געזאָנט ? -- פרעגם בערטע נאָך אַמאָל. -- חתונה האָבן ? הײַנטיקע וֹאֶך ? קאָן דאָס דען זיַן ?

--- פֿאַרװאָס דען ניט 3 -- האָט זי אונדזער דיפּלאַמאַט איבערגע- פרעגט, קוקנדיק איר גלײַך אין די אויגן אַרײַן.

--- וי אַזױ ? וי אָרום ? אף װאָסער אופן 0.,..

--- זייער פּשוט; זיי וועלן זיך אַרויסכאפּן באַנאכט, בעת אַלע שלאָפן, און וועלן אַװעקפאָרן ערגעץ אין אַ שטעט? און דאָרט שטעלן אַ חופּה,., | : |

-- אין אַ שטעטל (.,. אַ חופּה ?.,. אַך, װאָס פאַר אַ טײַערע,

װואָס פאַר אַ גליקלעכע אידעע {..

עס האָט זיך איר באַלד פאָרגעשטעלט אַ בילד, פּונקט װוי ער ווערט באַשריבן אין די ראָמאַנען;: א צויבערלעכע זומערנאַכט.. די לבנה לייכט... דער סאָלאָװוײ זינגט... די ליבנדע גייען געאָרעמט, שטאַרק צו- געדריקט איינער צום אַנדערן... ואס קען נאָך זײַן שענער פון דעם ?

--- זיי ווייסן דען, וי אַזױ, וונהין צו אַנטלױפן 4 -- האָט אים בער" סע אַ פרעג געטאָן. -- און טאָמער נעמט מען זיי איבער ?...

-- דאָס איז אַ קלייניקייט. -- האָט איךר דער ריפּלאָמאַט געענט- פערט. --- זיי וועלן ניט זײַן אַליין.

--- זיי וועלן ניט זײַן אַליין ? ווער זשע וועט זײַן מיט זיי ? :

--- איך על זײַן; מיר וועלן אַלֶע זײַן, אויב מע וועט נאָר דאַרפן, --- האָט איר אײזענשטאדט געענטפערט,

108 ר י שלום על יב 8

בערטאַ האָט זיך אױיפגעכאַפּט פונעם בענק? און האָט אָנגענומען אײַזענשטאַדטן באַ דער האַנט און האָט זי שטאַרק-שטאַרק געדריקט,

--- איר זענט אַן אָרנטלעכער מאַן ! איר זענט אַ העלר! א העלדן..

אײזענשטאַדט האָט איר דערויף גאָרנישט געענטפערט; ער האָט נאָר באַטראַכט די דאָזיקע גרושה, װאָס האָט לאַנגילאַנג געהאלטן זײַן האַנט אין איר האַנט... =

פאַרנאַכט, אַז אונדזער דיפּלאָמאַט איז געקומען צו בערטע דער גרושה, האָט ער זיי געטראָפן ביידע --- בערטע מיט ראָזען; זיי זײַנען געזעסן ביידע אַה אַ קאנאַפּע, ביידע פאַרפלאַמט, ביידע פאַרװויינט, און דאָך וי גרויס איז געווען דער קאָנטראַסט צווישן די דאָזיקע צוויי פרויען : איינע איז געווען מיאוס װוי דער טויט. און די אַנדערע --- שיין װוֹי די וועלט, ליכטיק וי די זון און פריש וי דער חודש מײַ ! ראָזע, וועלכע די מאַדאַם פרידמאן האָט אָנגערופן ,די קאַרליטשקע", איז טאַקץ באמת נישט געווען קיין הויכע, נאָר איר ליבטיק געזיכט, אירע געדיכטע שװאַר- צע האָר, אירע קליינע ווייסע הענטלעך, איר שיין מײַלעכ? און אירע שוואַרצע טיפע אויגן האָבן אַזױ גוט האַרמאַניזירט צווישן זיך, אַז אונ- דזער דיפּלאָמאַט, װאָס האָט נאָך כיז אַהער קיין צײַט ניט געהאַט זיך צוצוקוקן צו שיינע מיידלעך, איז אַביס? וי צעמישט געװאָרן און האָט זיך ניט געקאָנט געפינען קיין אָרט נאָכדעם, וי די מאַדאַםס שימשעלביין האָט אים פאָרנעשטעלט פאַר איר,

בערטע איז אַװעקגענאַנגען שטיין באַ דער טיר, װוי איר שטייגער איז, אַכטונג געבן, טאָמער גייט עמיצער אַרײַן, און אײַזענשטאדט איז איבערגעבליבן אויג אף אויג מיט ראָזע פורמאַן. אך! װוּ איז אַהינגע- קומען זײַן שטאַרקײט, זײַן פּראָסטקײט ? ער האָט נישט געקאַנט עפע- נען דאָס מוי? צו רעדן אַ האַלב װואָרט, און פאַר גרויס חרפּה און צע- מישטקייט האָט ער אומגערן מיטן עלנבויגן צעבראָכן דאָס גלאָז פונעם שפּיג?, װאָס איז געשטאַנען חינטער זיַנע פּלייצעס... בערטע איז אַרײַנ- געלאָפן ניט טויט ניט לעבעדיק, און צונויפקלייבנדיק דאָס צעבראַכענע גלאָז, האָט זי געװאָלט טרייסטן דעם אומגליקלעכן דיפּלאָמאַט. נאָר מער זי האָט גערעדט ,איז ער אַלץ מער צעמישט געװאָרן -- ביז ער איז ענדלעך אױיפנעשטאַנען, געכאַפּט דאָס היט?, אַ נייג געטאָן זיך צו ביידע

קינ ד ער-שפּי5 | | 109

דאַמען, עפּעס אַ מורקע געטאָן אונטער דער נאָז, עפעס זייער נאַריש, און אַרױס פון בערטע דער גרושהס הויז.

אָט ויאַזױ עס האָט זיך געענדיקט דער ערשטער דיפּלאָמאַטישער אַרױספאָר פון אונדזער יונגן, נאָר זייער באַגאַבטן אײַזענשטאַדט !

דאָס פערצנטע קאַפּיטל, אַלע האָרעװען צוליב דעם פּרינץ

אין דער דאָזיקער צײַט ווען אײַזענשטאַדט מיט בערטע שימשעל- ביין האָבן געפּלאַנעװעט, װי אַזױ סיטצוהעלפן באָריס פרירמאַנען מיט ראָזע פורמאַן, איז אונדזער פּרינץ באָרִיס געזעסן צעליינט בא דער מאַ- דאַם רעגענבויגן אין נאַסט-צימער אַף אַ פֿאָטעל מיט א צינאַר אין די ציין, אַ פוס פאַרליינט איבער א פוס, די הענט אין די קעשענעס, און האָט דערציילט, וי נלענצנד ער האָט אָפּגעגעבן דעם לעצטן עקואַמען, וי אַזױ עס שטייט אים פאָר א שווערע צײַט דעם אוניווערזיטעט דורם- צומאַכן, װוי אַזױ ער רעכנט נאָכדעם פאָרן קיין אױסלאַנד שטודירן.

אַקעגן אים זיצט די מאדאַם רעגעננויגן, נישט קיין יונגע דאמע מיט געלע האָר און מיט עטלעכע בראָדעווקעם אפן פּנים, און באַ דער זײַט, מיט ביכלעך אין די הענט, זיצן אירע צוויי טעכטער, אויך געלע, געראַטענע איינע אין דער אַנדערער, פּונקט וי צוויי טראָפּן װאַסער, | = מאַשאַ און פּאַשאַ (אַזױ רופט מען זיי) קענען שוין פון לאַנג באָריסן, זיי געדענקען אים נאָך, אַז ער איזן ארומגעלאפן איבערן מרק מיט זײַנע אָפּנעריסענע חברים און באַפאַלן מענטשן אין די גאַסן. נאָר פון יענער. צײַט איז שוין אַוװעק אַ סך יאָרן, און באָריס איז שוין ניט יענער באָריס, װאָס אַמאָל --- ניין ! דאָס איז שוין א יונגערמאן מיט שיינע מאַנירן, אַ געבילדעטער, אַ קלוגער, אַ פריילעכער און --- א {סטודענט" !.,. מאַ- שאַ און פּאַשאַ --- ביידע ווינטשן זיך מיטן נאַנצן האַרצן נישט קיין ער" גערע חתנים, װוי באָריס פרידמאַן, זיי ווייסן אָבער גאַנץ גוט, אַז באָריס פרידמאן װועט ניט נעמען מאַשען און ניט פּאַשען: באָריס פרידמאַן פארט קיין פּעטערבורג, און נאָכדעם קיין אױסלאַנד,.. נאָר איין מאַדאַם

110 ש לום ע5 יב ם

רעגענבויגן האָט נאָך אַ האָפענונג, אַז באָריס פרידמאַן װעט -- ניט הײַנט איז שפּעטער --- געוויס זײַן איר איידעם, און פר װאָס דען ניט ? דער הער רעגענבויגן איז רײַכער פון פרידמאַנען און קאָן געבן אַ הונ- דערט טויזנט רובל? נדן, און די מאַדאַם פרידמאַן, מיט וועלכער זי לעבט אַזױ צונויפנעלייגט, האָט איר ניט איין מאָל געגעבן אנצוהערן, אַזי אַדרבה, זי װאָלט נאָך זייער געווען צופרידן...

--- איר גייט הײַנט אין טעאַטער אַרײַן 4 --- פרענט אים די מאַדאַם רעגענבוינן און װואַרפט אַן אוינ אף די טעכטער, װאָס ווערן ביידע רויט וי פײַער. :

-- דאָ אין טעאַטער ? --- ענטפערט באָריס. --- פע! אין פּעטער- בורג איז כאָטש כדאי צו גיין אין טעאַטער, אָדער, אַ שטייגער, אין אויסלאַנד... נו, און איר גייט אין טעאַטער? -- האָט זיך באָריס פאַר- כאַפּט.

--- מיר האָבן שוין אפילו בילעטן ! -- ענטפערן אים ביידע רויטע מיידלעך און ווערן נאָך רויטער.

-- אַך, פּאַרדאָן ! --- זאָגט צו זיי באָריס. --- אויב אַזױ, גיי איך אויך מיט אײַך,

די מאַדאַם רעעגנבוינן ווערט צענאַנגען פאַר נחת. אין איר פאַנ- טאַזיע שטעלט זיך איר שוין פאָר, וי אַזױ באָריס גייט-צו צו איר און בעט זי גראַטולירן. זי ווייסט נאָר ניט, וער פון די ביידע איז די כלה : מאַשא, צי פּאַשאַ ?... נאָר עס איז קיין חילוק ניט. אַבי באָריס איז איר איידעם. זי זאָגט צו זײַן מוטער ;: ,אֵיאָ ? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט?? און די מאַדאַם שפּיגעלגלאָז ווערט אַלערלײ קאָלירן פאַר קנאה. און די מאַדאַם שטעכענהאַלץ קוויטשעט מיט איר קול: ?עס קאָן ניט זײַן ! עס קאָן ניט זײַן!....

נאָר ניט אַזױ קלערט די מאַדאַם פרידמאַן. די מאַדאַם פרידמאַן קוקט אַ סך ווייטער און אַ סך העכער! זי חלומט איצט, אַז איר באָריס וועט ווערן א מיליאָנער !

וי אַרום ? --- זייער פּשוט ! צי װאָס טוג אים שטודירן ? צי װאָס נוצט דאָס איר, אַז איר זון זאָל זײַן אַ דאָקטאָר אָדער אַן אָרעמער אד" װאָקאַט! װאָס אי? ער קאָן זיך נישט דערשלאָגן צו אַ גרויסער, אַ גלענצנדער פּאַרטיע ?... עס קאָן אַלץ געמאָלט זײַן! ובפרט נאָך אין אױיסלאַנד, אַז מע װועט זיך נאָר באַקענען מיט איר באָריסן !

י אי , , 22 אָמ

יינ דע ר -שפ י5 | | 111

דאָס זעלבע האָט געטראַכט דער פאָטער אויך, נאָר אף אַן אַנדער אופן :

;מיין ברוך איז נישקשה פון א שאַרלאַטאַן, כ'לעבן.., אין איין זו- מער פארלעבט דרײַ טויזנט רובל און אַ חוץ אָנגעחתמעט וועקסלען אֵף אַ פּאר טויזנט רובל? ! דו פאַרשטייסט צי ניין ? אַז מלכה וועט אים אַזױ נאָכגעבן, קאָן ער ווערן לייטנגלײַך... געלערנט, געלערנט -- בין מע האָט אים אַרױסגעטריבן פון דער גימנאַזיע. אַן עק, אַ סוף --- אויס לער- נען! גענוג ! מע דאַרף אים נעמען אַביס? צום נעשעמט און ברעכן די ביינער, סאָמער וועט פון אים ווערן באָטש א שטיק? מענטש, דו פאַר- שטייסט צי ניין 03 ...

מיט איינעם װאָרט -- אַלע האָבן גערעדט פון באָריסן, אַלֶע האָבן געבויט אַנדערע פּלענער פון זײַנעטװעגן, אַלע האָבן אים געװאָלט פֿאַר- זאָרגן : דער פאָטער, די מוטער, די מאַדאַם רעגענבויגן, די מאַדאַם שטע- כענהאלץ, די מאַדאַם שפּיגעלגלאָז, גאָלדענשטאַדט, זילבערשטאַדט, איי- זענשטאַדט, בערטע שימשעלביין און ראָזע פורמאַן --- יעדער נאָך זײַן השגה און נאָך זײַן פֿאַרשטאַנד; נאָר איין מענטש האָט װינציקער פון אַלע געטראַכט וועגן אים; דער דאָזיקער מענטש איז געווען טאַקע ער אַלֵיין. |

גאַנץ אויפגעלויגט איז ער זיך געזעסן אין טעאַטער צװוישן מאַשאַ מיט פּאַשאַ רעגענבויגן, װאָס זײַנען געווען אף דעם זובעטן הימ? פאַר פרייד, פאר נדלות און פאַר פאַרגעניגן. אַ ! ווען די מאַדאָס שטעכענהאלץ זאָל זײַן אַצינד אין טעאַטער ! מיט װאָסערע אויגן װאָלט זי געקוקט אֶף זֵיין,., נאָר די מאַדאַם שטעכענהאָלץ אין אַצינד גראָד ניט געווען אין טעאַטער; אַף איר אָרט איזן געזעסן אַן אַנדער דאַמע, װאָס האָט ניט אַראָפּגעלאָזט קיין אויג פון מאַשאַ מיט פּאַשאַ רעגענבויגן און פונעם קאַ- | וואַליר, װאָס איז געזעסן צווישן זיי, וי אַ פאַרשולדיקטער צווישן צוויי זשאַנדאַרמען. די דאָזיקע דאַמע איז געווען נישט מער און נישט ווייניקער | וי בערטע שימשעלביין.

איך ווייס נים, אויב עס האָט עמיצער אַמאָל, זײַט די וועלט שטייט, געװאָרפן אַזעלכע פײַערדיקע אויגן אף זײַן ערגסטן שונא, װוי בערטע שים- שעלביין האָט אין דעם אַוונט געוואָרפן אף באָריס פרידמאַנען... ס'טייטש! | נאָך אַמאָל ! אין אַזאַ צייט ? אין טעאַטער ? און מיט וועמען ? אויב איר מיינט אָבער, אַז בערטע שימשעלביין האָט געמאַכט דעך-

112 | ש לום עלינבם

פון אַ גאַנצן עסק -- האָט איר אַ טעות. בערטע האָט טאַקע נים צוגע- מאַבט מיט קיין אויג אַ גאַנצע נאַכט און האָט זיך געקאַטשעט פון איין זײַט אַף דער אַנדערער; זיפצנדיק און קרעכצנדיק, נאָר אַף מאָרגן אַז ראָזע איז צו איר געקומען, האָט איר בערטע אַפילו נישט מזכיר געווען וועגן דעם, װאָס אירע אויגן האָבן געזען אין טעאַטער. זי האָט נאָר אַװעק- געשיקט איר מענטשן צו אליק דעם משרת, װאָס האָט שוין מיטן קוק פאַרשטאַנען, װאָס מע מיינט, און האָט פון זײַן זײַט אויך אַ װוּנק געטאָן צו זײַן יונגן פּרינציפּאַל. באָריס האָט אָבער איצט קײַן צײַט ניט געהאַט |צו גיין : ער איז געזעסן מיט דער מוטער און מען האָט געפירט אַ נייטיקן שמועס. אליק האָט דאָס איבערגעגעבן בערטען, און בערטע האָט באַ- פוילן, אַז אײַזענשטאַדט זאָל, למען השם, קומען צו גיין װאָס גיכער. אײזענשטאַדט האָט זיך באַלד גענומען צו באָריסן, אַװעקגעפירט אים װײַט אין גאָרטן אַרײַן און האָט מיט אים געהאַט זייער אַ ויכטיקן שמועס,

אָט װאָס פאַר אַ שמועס זיי האָבן געהאַט ;

באָריס פאָרט אַװעק אין אַ חודש אַרום מיט דער מוטער קיין אוים- לאַנד... ער דאַרף פאָרן; ער מוז פאָרן קיין אױסלאַנד; ערשטנס, אַביסל צעשלאָגן זיך די געדאַנקען נאָך דעם שיינעם עקוזאַמען. צווייטנס, וועם ער זיך אַביס? אױיסרײַבן, אַנטװיקלען. דריטנס, קאָן ער ניט אָפּזאָגן דער מוטער, וועלכע האָט אים אַזױ ליב. פערטנס, איז דאָס טאַקע זייער אַ נייטיקע זאַך : זען אַ נײַע וועלט. פינפטנס, איז דאָס אים זייער נוצלעך פּשוט פאַרן געזונט... און װאָס קער זיך דאָס אָן מיט דער ,אידעע", מיט זײַן ראָזע, וועלכע װעט אים לֿײַכטן אומעטום וי אַ גלענצנדער שטערן?... װיבאַלד ער װעט נאָר קומען צוריק, אַזױ װעט ער זי מיט גװאַלט אויס- רײַסן פון די הענט פון די דעספּאָטן און װעט אַװעקפאָרן מיט איר װײַט- ! וװײַט. דערװײַל װעט ער זיך מיט איר איבערשרײַבן אֶפְּט, אַלע טאָג, אַלֶע טאָג...

די גאַנצע צײיט האָט אײַזענשטאַדט געהאַלטן דעם קאָפּ אַראָפּגע- לאָזט און האָט ניט געענטפערט דאָס צוייטע װאַרט. נאָר אַז באָריס האָט געענדיקט, האָט ער אויפגעהויבן דעם קאָפּ, אַנידערגעשטעלט זײַנע נלעזערנע באַנקעס אַף באָריסן און װאָט אים אַ פרעג געטאָן:

--- באָריס ! זאָג מיר דעם רעכטן אמת: דו האָסט ליב ראָזען? דו האָסט זי שטאַרק ליב +...

קינד ערישפּ יי - 118

| = אײַזענשטאַדט !‏ דו ביזט משוגע, צי װאָס ?... צי האָב איך זי ליב ? װאָס פרעגסטן 4..

אליק האָט געזוכט באָריסן אין נאָרטן און האָט אים געװאָגט אַן דער פאָטער רופט אים. באָרֹיס האָט זיך מחיה געווען: די גלעזערנע באַנקעס פון זײַן חבר אײַזענשטאדט זײַנען פאַר אים געווען זייער שווער איבערצוטראָגן,.. דעם גאַנצן טאָג האָט זיך באָריס אױיסבאַהאַלטן פון אים,

פאַרנאַכט, אַז אײַזענשטאַדט איז אַװעקנעגאַנגען צו בערטע דער | גרושה, איז אים געװאָרן גרינגער אפן האַרצן...

דאָס פופצנטע קאַפּיט?, יעדער האָט זיך זײַן פּעקל

אָט װאָס פאַר אַ בריוו? ראָזע פורמאַן האָט יענע טעג באַקומען פון איר באָריסן; / |

;טײַערע, טײַערע ראָוע מײַנע! איך קוש דיך פון דערווייטנס. צו מײַן אומגליק קאָן איך דיך נישט זען... אַ ! דו פאַרשטייסט װאָס הייסט באַ מיר דיך ניט זען ?.,. מען חיט מיך... מע קוקט אַף מיר מיט טויונט אויגן,,. מײַן מוטער האָט מיך אַזױ ליב, אַן זי לאָזט מיך ניט אֶט אֵף קיין מינוט. אַ ! איך בין אַן אומגליקלעכער |... איך בעט דיך, ראָזע, נעם צו מײַן חבר אײַוענשטאַדט גלויך װוי מיך אַלין,. דאָס אין אַ זעלטענער אָרנטלעכער, גוטער מענטש! פאַר אים איז ניטאָ קיין סודות --- ער מעוג אַלץ וויסן, ער ווייס אַלץ און איז אַזױ קלוג, אַזױ געטרײַ און איבער: געגעבן מיטן גאַנצן לעבןן"...

אָ, אמת, אײַוענשטאַדט איז טאַקע א גאנץ אָרנטלעכער מאַן, א גו- טער, אַ קלוגער. ראָזע האָט אָבער אַ סך בעסער געװאָלט זען זיך מיט איר באָריסן, װוי סיט אײַזענשטאַדטן. זען באָריסן איין מינוט, הערן פון